top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע הכנות צום חתונה הגדולה בחצר הקודש באבוב

מונטאג פ' נשא - ט' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


גאר א געהויבענעם יו''ט איז פאראיבער בחצר הקודש באבוב ווי עס איז געפראוועט געווארן דעם שבת עלייה לתורה לרגל די שמחה הרוממה די חתונה היינט פון הכלה אן אייניקל פון כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א.


הונדערטער געסט זענען געקומען צו פארן אויף יו''ט מארבע פינות העולם זיך אָנשעּפן מיט חיות דקדושה פונעם הייליגן יום טוב שבועות אין די שמחת בבית צדיקים.


דער ביהמ''ד הגדול און די גאסן ארום זענען געווען הערליך שיין באצירט לכבוד יו"ט ולכבוד די שמחה, ערב יו"ט איז די רב אריינגעקומען אינעם היכל הטישן ווי דער רב האט אנגעטהון די שטריימל פארן חתן, ליל שבועות נאכ'ן טיש איז די רב פארבליבן אין ביהמ"ד און געזאגט תיקון ליל שבועות ביז'ן עלות השחר, יו"ט אינדערפרי איז די רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד בשעה 9:30 כרגיל צום דאווענען, פאר'ן ליינען האט די רב פארגעזאגט די אקדמות מיט גרויס התעוררות, שבת אינדערפרי האט די רב באגלייט די חתן אין צוגאב צו נאך 7 חתנים מביתו נאוה קודש צום ביהמ"ד אין באגלייטונג פון הונדרעטער חסידים, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די קידושא רבא ווי די ציבור איז אדורך וואונטשן מזל טוב משך אן אנדערטהאלבן שעה.


במשך גאנץ יו"ט האט געהערשט א שווערע געדרענג כאטש וואס די ביהמ''ד איז געווען אויסגעשטעלט מיט די מאקסימום פלעצער שייך.


דער נעילה חג טיש איז געוועהן משולב מיטן שמחת הפארשפיל בתפים ומחולות ווי הרב אברהם מרדכי גראדזינסקי האט פארגעזאגט גראמען און דערנאך די מעמד הבאגלייטן מוצאי יו''ט ווי די רהאט ווי ברייט באריכטעט שלא כדרכו שארף אויסגעטראטן קעגן די נייע AI ערפינדונג.


מיט געציילטע שעהן אָפגערוקט פונעם גרויסן שמחת החתונה היינט אויפדערנאכט, זענען די הכנות אויף די סאַמע העכסטע שטאַפלען, דער ריזן חלל הביהמ''ד איז געווארן אויסגעליידיגט אין עס זענען אויפגעשטעלט געווארן פערצן שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן פונעם היכל צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור. דער עזרת נשים וועט זיין געווידמעט פאר די יונגערע בחורי חמד צו קענען מיטהאלטן די שמחה. די סעודת החתונה וועט זיין צוגעשטעלט אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין די ריקודין אין די מעמד המצוה טאנץ אינעם ביהמ''ד הגדול.















Comments


bottom of page