top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חלק ב' • חוה"מ סוכות תשפ"ד

נאכפאלגענדיג די הויפט געשעעניש אין די חסידישע וועלט וואס מיר האבן נעכטן געברענגט, שטעלן מיר היינט פאר א רייע צענטראלע געשעענישן וואס האט פארנומען דעם אויבן אן פון כלל ישראל דורכאויס די יאר, איינגעטיילט אין עטליכע חלקים.

 

דאנערשטאג ד' דחוה"מ סוכות • כ' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


מרחיבין גבולי הקודש א רייע מעכטיגע פראיעקטן האבן זיך פאראויס גערוקט דורכאויס שנת תשפ"ג, ווען אין פילע רעבישע הויפן האט מען באנייעט גרויסע און צענטראלע בתי מדרשים, אין צוגאב צו א רייע בוי פראיעקטן וואס האבן זיך היבש גערוקט פאראויס צו גרייכן דעם באנייאונג, און נאך א רייע פראיעקטן וואס מען האט אצינד אנגעהויבן די ערשטע פלענער.


בחצר הקודש סקווירא האט מען סוף יאר באנייעט די פראכטפולע מקוה אין די בנין ביהמ"ד הגדול והחדש, די ערשטע אפטיילונג פון די נייע ביהמ"ד צו ווערן באנייעט לשמחת לב אלפי חסידי סקווירא איבער די וועלט.

אזוי אויך האט מען בחצר הקודש באיאן אצינד באנייעט די נייע מקוה בבנין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים.


בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק האט מען זיך אריינגעלייגט אין א מאסיווע פראיעקט אויפצובויען א ריזן היכל בית המדרש, און זיך היבש געריקט פאראויס ווען דעם יו"ט ראש השנה האט מען שוין געדאווענט אין די נייע היכל וואס איז נאך היבש רוי.

בחצר הקודש סאטמאר אין קרית יואל האט מען אנגעהויבן מאכן מאסיווע פלענער צו פארברייטערן דעם צענטראלן ביהמ"ד אויף א ריזיגע פארנעם. אזוי אויך בחצר הקודש תולדות אהרן האט מען אנגעהויבן מאסיווע פלענער אויפצובויען א ריזן בנין ביהמ"ד הגדול וואס זאל קענען ארייננעמען די טויזענטער חסידים דורכאויס די יאר.

בחצר הקודש סאטמאר אין וויליאמסבורג האט מען אונטערגענומען א פראיעקט אויפצובויען א פרישע היכל התורה, און אזוי אויך האט מען באנייעט די נייע פליגל אין די גרויסע ביהמ"ד אויף גארפיעלד אין קרית יואל.

בחצר הקודש קאסוב האט מען זיך היבש גערוקט פאראויס מיט די עבודת הבניה ביים גרויסן בנין ביהמ"ד הגדול. בחצר הקודש באבוב 45 האט מען זיך גאר שטארק גערוקט מיט די בוי ארבעט, און אזוי אויך האט דער רבי געגאסן די יסודות פאר די נייע ארון הקודש.

בחצר הקודש ויזניץ אין בני ברק האט מען סוף יאר געפראוועט די היסטארישע מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע בנין מרכז העולמי ישועות משה.

בחצר הקודש מודזיץ האט מען דעם סוף יאר באנייעט די ריזיגע בנין ביהמ"ד הגדול אין צענטער פון שטאט בני ברק. בחצר הקודש דינוב אין שטאט ביתר האט מען נארוואס באנייעט א גרויסע נייע בית המדרש לכבוד ולתפארת.

*

ויהי בנסוע

גרויסע און היסטארישע נסיעות זענען אונטערגענומען געווארן דורך גדולי האדמורי"ם איבער די וועלט, מחזק צו זיין די חסידים אין אלע שטעט, און אויפצוטרייבן שטיצע פאר די מוסדות הקדושים און פארשידענע וויכטיגע צוועקן.


כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט אונטערגענומען צוויי היסטארישע נסיעות, איינס חודש כסלו קיין ארץ ישראל, און נאך איינס אויף שבת שקלים אין שטאט לאנדאן, לרגל די חנוכת הבית פון די נייע בנין בנות ציון.

כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א איז געפארן חודש אלול קיין ארץ ישראל צו פוקד זיין די מקומות הקדושים און אויפנעמען כלל חסידיו לקראת די הייליגע טעג, א נסיעה וואס האט זיך פארצויגן גאנצע צוויי וואכן, אריינגערעכנט די היסטארישע סליחות הראשונות בעיר הקודש ירושלים.

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געפראוועט א געהויבענע שבת אין שטאט מאנטריאל.


כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט אפגערייזט צום שטאט מונקאטש און אוקריינע, און דארט געפראוועט די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל, אזוי אויך איז דער רבי אפגעפלויגן אויף א בליץ באזוך קיין לאנדאן מנחם אבל צו זיין ביי איינער פון די חסידים.

מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א האט צום ערשטן מאל געפראוועט א געהויבענע שבת אין שטאט מאנטריאל. און אזוי אויך געפראוועט א שבת אין לאנדאן אינאיינעם מיט כלל חסידיו.


כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט אונטערגענומען א געהויבענע נסיעה אהבת איתן קיין פוילין, אינאיינעם מיט די תומכים און נגידים פאר די נייע ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק.

כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז ארויסגעפארן אויף ספעציעלע שבתים מיט די חסידים און תומכי המוסדות, א שבת אין גרוזיע, און א שבת אין קראקא.


כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א איז געפארן קיין אמעריקע מחזק צו זיין קהילותיו הקדושות, און געפראוועט א געהויבענע שבת אין מאנסי, באשיינט די שמחת החתונה במעון הקודש פון ידיד נפשו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און מיטגעהאלטן דעם טיש חמשה עשר בשבט בחצר הקודש סקווירא.


כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א איז אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל צוויי מאל, איין מאל חודש חשון לרגל די הילולא קדישא פון אביו הרה"ק מטשערנאביל זי"ע, ווען דער רבי האט געפראוועט א געהויבענע שבת אין אתרא קדישא מירון, און נאכאמאל חודש אב לרגל די שמחת החתונה בבית אחיו.

כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א איז ארויסגעפארן קיין פוילין אויף א נסיעה מיט די תומכי המוסדות.

כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א איז אפגעפלויגן קיין טאהש אונגארן צו באנייען די בנין הכנסת אורחים.

כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א איז ארויסגעפארן קיין קראקא אינאיינעם מיט די תומכי המוסדות.

כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט אפגערייזט קיין פרעשבורג סלאוואקיי אויף א געהויבענע שבת מיט די תומכי המוסדות.

כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט אפגערייזט קיין אונגארן אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות.

די יערליכע נסיעה פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א צום עיר האבות דאראג אין הונגארין אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים.

די זקני ראשי הישיבות בארץ הקודש הגאון האדיר ר' דוב לאנדא און הגאון האדיר ר' מאיר צבי בערגמאן האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה קיין אמעריקע צו באשיינען די היסטארישע מעמד אדירי התורה אין פילאדעלפיע. כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א נסיעה אינאיינעם מיט די תומכי המוסדות און געפראוועט א געהויבענע שבת אין שטאט קרעניץ.

כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א האט אפגערייזט קיין ארץ ישראל אויף א געהויבענע נסיעה מיט כלל חסידיו, אין שפיץ פון די שבת אין אתרא קדישא מירון.

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א האט אפגערייזט צום שטאט מאגלניצא אין פוילין לרגל די הילולא קדישא פונעם שרף ממאגלניצא, און מחנך געווען די נייע בנין הכנסת אורחים.

כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א האט אפגערייזט קיין קערעסטיר אינאיינעם מיט די תומכי המוסדות.

הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא האט אפגערייזט קיין ליזענסק אויף א היסטארישע נסיעה מיט עטליכע הונדערט תומכים פון מרכז מוסדות בעלזא.

כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט ארויסגעשיקט בניו הרבנים הגאונים צו מזכה זיין די חסידים פון אמעריקע ארויסצוהעלפן די קרן הבנין פון די צענטראלע קלויז אין ירושלים. כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א האט געפראוועט א געהויבענע שבת אין אתרא קדישא מירון, איידער די שמחת החתונה פון בתו הכלה. כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט געפראוועט א געהויבענע שבת אין שטאט וויליאמסבורג. כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט געפראוועט א ערשטמאליגע שבת אין די נייע ישוב אין יוניאן ניו דזשערזי.


*

ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו

גרויסע און היסטארישע רעבישע חתונות זענען געפראוועט געווארן דורכאויס די יאר.


שמחת החתונה פון די יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.

שמחת החתונה פון די יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א.

שמחת החתונה פון די יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א.

שמחת החתונה פון די יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א.

שמחת החתונה פון די יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ארה"ב שליט"א.

שמחת החתונה פון די עלטסטע קינד פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א.

שמחת החתונה פון די עלטסטע אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש, און עלטסטע אור אייניקל ביי מרן אדמו"ר מויזניץ.

שמחת החתונה פון די עלטסטע אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק.

שמחת החתונה פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זימיגראד.

די גרויסע חתונה בחצר הקודש בעלזא חודש סיון אין די ארענא סטעדיום.

עטליכע גרויסע חתונות בחצר הקודש גור.

עטליכע חתונות בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אין בארא פארק, בהלו נרו על ראשינו, ווען מ'האט געהאט די זכיה אז דער סבא קדישא הרה"ק מראחמיסטריווקא זיע"א האט באשיינט ביים מעמד החופה און מאציל געווען מהדרת קדשו פאר די חסידים.

די גרויסע חתונה אין קרית ויזניץ בני ברק בחצרות הקודש ויזניץ תולדות אברהם יצחק און קאלוב.

די גרויסע חתונה אין חיפה בחצרות הקודש סערט ויזניץ ויזניץ און אונגוואר.

די גרויסע חתונה בחצר הקודש וויזניץ אין מאנטריאל, בהשתתפות האחים האדמורי"ם מוויזניץ.

די גרויסע חתונה בחצרות הקודש סקולען וויליאמסבורג און באבוב 45.

די גרויסע חתונה בחצרות הקודש סקווירא ויזניץ לעלוב, ווען האדמורי"ם מויזניץ און לעלוב זענען געקומען צו פארן באשיינען די שמחה.

די גרויסע חתונה בחצרות הקודש סקווירא קרעטשניף זוועהיל, ווען כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף איז געקומען צו פארן באשיינען די שמחה אינאיינעם מיט א גרויסע צאל חסידים.

די גרויסע חתונה בחצרות טאהש תולדות אהרן און קרעטשניף, ווען דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מטאהש איז געקומען צו פארן באשיינען די שמחה.

די גרויסע חתונה בחצר הקודש סאטמאר, און די שבת שבע ברכות במקהלות אלפי ישראל בקרית מלך רב קרית יואל, וואו דער רבי האט ממנה געווען בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים אלס רב הקהילה אין קרית יואל.


*

מעמדי קודש

גרויסע מעמדים זענען פארגעקומען דורכאויס די יאר, די היסטארישע מעמד אדירי התורה חודש סיון לכבודה של תורה דורך הנהלת בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד.


די גרויסע מעמד הדלקה ל"ג בעומר בחצר הקודש סקווירא, אינאיינעם מיט די מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה.

די גרויסע מעמד קבלת פנים בחצר הקודש ויזניץ לכבודו פונעם נגיד ושוע ר' חיים שטערן פון קווינס.


עטליכע כינוסים פאר די ילדי תשב"ר, א גרויסע כינוס אין מאנסי בראשות גדולי ישראל, א גרויסע כינוס אין בארא פארק, א גרויסע כינוס אין לעיקוואד, א גרויסע כינוס אין מאנטשעסטער, אלע מיט איין ציהל צו שטעלן כחומה בצורה די יונגע דור קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע.


הכנסת ספרי תורה

ווי אויך איז דאס יאר געפראוועט געווארן א רייע מעמדי הכנסת ספרי תורה, איבערהויפט עטליכע גרויסע און היסטארישע מעמדי הכנסת ספר תורה, די הכנסת ספר תורה אין קרית ויזניץ בני ברק געשריבן דורך כלל חסידי ויזניץ ברחבי תבל לזכר נשמתו פון הרה"ק בעל ישועות משה זי"ע. די מעמד הכנסת ספר תורה לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די מעמד הכנסת ספר תורה לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א נדבת הנגיד ר' איזי ענגלענדער.

די מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש ראחמיסטריווקא לזכותו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זיע"א.


די מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש זוטשקא, די מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש אמשינוב אין בארא פארק, די מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש סקולען ירושלים לזכר נשמת הרה"ק מסקולען זי"ע, און די מעמד הכנסת ספר תורה בחצר הקודש קאליב אין ירושלים לזכר נשמת הרה"ק מקאליב זי"ע.

*

יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם

פארלאפענע יאר תשפ"ג האט כלל ישראל צוגעזעהן היסטארישע שמחות, ווען אידישע קינדער זענען געהאלפן געווארן נאך לאנגע יארן.


חודש טבת איז געבוירן געווארן א בן זכר גאנצע פיר און דרייסיג יאר נאך די חתונה, צו הגה"צ ר' פישל וויינבערגער אב"ד טורקא ירושלים, די שמחה איז געפראוועט געווארן מיט א היסטארישע און זעלטענע פרייד, ווען גאנץ כלל ישראל האט זיך געשפירט אלס שותף אין די שמחה.

חודש טבת איז געבוירן געווארן די ערשטע קינד גאנצע פינף און צוואנציג יאר נאך די חתונה, צו הגה"צ ר' יוסף פילאפף מרבני קהילת סאטמאר, זון פון הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף אב"ד מכלל יופי.


חודש סיון איז געבוירן געווארן די ערשטע קינד גאנצע ניינצן יאר נאך די חתונה צו הרב החסיד ר' יעקב מאלוויצקי פון בית שמש מחשובי חסידי סלאנים.


חודש אלול איז פארגעקומען די שמחת החתונה פונעם לעגענדארער הויז בחור ר' יוסף שמעון שעכטער, וועלכער האט געדינט אלס הויז בחור ביי מרן אדמו"ר מויזניץ עלף יאר נאכאנאנד.


אויך איז דאס יאר געבוירן געווארן א דור חמישי ביי כ"ק האדמורי"ם מפשעווארסק, תולדות אברהם יצחק, נאראל און משכנות הרועים.

*

שאלי שרופה באש

אסאך שווערע מיטמאכענישן האט כלל ישראל מיטגעלעבט דורכאויס די פארלאפענע יאר, אבער מער פון אלעם איז געווען די שאלי שרופה באש, ווען העלישע שריפות האבן אויסגעבראכן אין בתי מדרשים און היכלי תורה, און אפעקטירט אסאך היימישע אידן איבער די גאנצע וועלט.


די העלישע פייער אין ספינקא ביהמ"ד אין בארא פארק.

די העלישע פייער וואס האט פארניכטעט די סאטמארע בית המדרש אויף רחוב יונה אין ירושלים.

די העלישע פייער אין די דארמיטארי געביידע פון ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע

די פייער אין בנין ביהמ"ד נדבורנא אין בני ברק.

די פייער אין בנין ביהמ"ד בוהוש אין בני ברק.

די פייער אין בנין ביהמ"ד זוטשקא אמסנא אין בני ברק.

די פייער אין בנין ביהמ"ד תולדות אברהם יצחק אין בארא פארק.

די פייער אין ישיבת פאנאוויטש אין בני ברק.

די פייער אין ישיבת משכן שלמה.

א העלישע פייער אין וויליאמסבורג וואס האט ליידער אומגעברענגט הרבנית הצדיקת רעכיל בריינדל טייטלבוים ע"ה אשת הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א.

א העלישע פייער נעבן קרית יואל וואס האט ליידער אומגעברענגט א משפחה, א טאטע מאמע און א קינד למשפחת גאלדשטיין.

א הויז פייער אין וויליאמסבורג וואס האט ליידער אומגעברענגט א אידיש קינד.

א העלישע פייער אין צענטער פון שטאט וויליאמסבורג, וואו ניין אידישע געשעפטן זענען ארויף אין העלישע פלאמען.

א העלישע פייער אין די מצה בעקעריי היימישע מצות אין קרית צאנז נתני', וואו א ריזן צאל מצות זענען פארניכטעט געווארן.

א פייער אין די סאטמארע מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג, און א פייער אין די מצה בעקעריי אין שיכון סקווירא געציילטע טעג איידער די יום טוב פסח.

*


זכר צדיק לברכה – ואכחיד את שלושת הרועים בשנה אחת


דאס יאר תשפ"ג איז ווי שוין דערמאנט ערב ר"ה ווידער געשפירט געווארן די מורא'דיגע ווייטאג, ווען דריי צענטראלע פראקציעס פון כלל ישראל האבן פארלוירן זייער גרעסטן מנהיג, די חסידישע וועלט מיטן הסתלקות פונעם זקן האדמורי"ם כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, די ליטווישע וועלט מיטן הסתלקות פונעם ראש ישיבה הגאון האדיר ר' גרשון אדלשטיין זצ"ל ראש ישיבת פאנאוויטש, און די ספרדישע וועלט מיטן הסתלקות פון הגאון האדיר ר' שמעון בעדני זצ"ל מנהיג פון אחינו בני ישראל לעדת הספרדים.


אזוי אויך האט מען דעם יאר זיך געזעגנט פון כ"ק האדמורי"ם משינאווא, חוסט, שאץ וויליאמסבורג, לובלין, ליזענסק ירושלים, באסטאן פלעטבוש, און טשעחויב. הגאון הגדול רבי אהרן משה שעכטער זצ"ל ראש ישיבת רבינו חיים בערלין, הרה"צ המקובל רבי אהרן מרדכי רוטנער זצ"ל מזקני הגאונים והמקובלים אין ירושלים עיה"ק, הגה"צ הישיש ר' יוסף ליבערמאן זצ"ל ראש ישיבת שומרי החומות ורב חסידי סאדיגורא אין ירושלים, הגאון החסיד ר' מנחם מענדל אטיק זצ"ל ראש ישיבת ארץ צבי אין ירושלים עיה"ק, הגאון הצדיק רבי מאיר זאב שטערן זצ"ל גאב"ד אתרא קדישא מירון, הגאון הצדיק רבי זלמן האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק טשאקאווא וויליאמסבורג, הגאון הצדיק רבי שמעון סופר זצ"ל אבד"ק תורת משה ערלוי צפת, הגאון הצדיק ר' מענדל פאקשער זצ"ל רב דקהל צמח צדיק ויזניץ אין אלעד, הגה"צ ר' קלמן וואלף הכהן גראס זצ"ל אב"ד מעשי למלך ווייטצען ובעל מח"ס פרי הגן, דער דיין פון קרית צאנז נתני' הרה"ג ר' חיים יעקב שווארץ זצ"ל, און הגאון רבי חנוך הכהן עהרנטרוי זצ"ל לאנגיעריגער רב ואב"ד אין די לאנדאנע בית דין כנסת ישראל.


ווי אויך האבן פילע רעבישע הויפן פארלוירן דאס יאר א שיינעם קרוין, די אם הבנים שמחה, הרבנית אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א. הרבנית מדעעש ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל אמרי צבי מדעעש זי"ע, און אמה של מלכות פון כ"ק האדמורי"ם מדעעש שליט"א פון ארץ הקודש, וויליאמסבורג, און קרית יואל. הרבנית מאונגוואר ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל משנה הלכות זי"ע, און אמה של מלכות פון כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית אונגוואר. הרבנית משענדישוב ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר משאץ שענדישוב זצ"ל, און אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א. הרבנית מטאהש ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע. הרבנית ממאנטיוואדעיא ע"ה, אלמנת הגה"צ גאב"ד מאנטיטוואדעיא זצ"ל, און טאכטער פון הגה"ק מווייטצען זי"ע. הרבנית ממעליץ ע"ה, מחברתו הטהורה פון להבחל"ח כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א פון וויליאמסבורג. הרבנית מקאשוי ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות רפאל קאשוי שליט"א. הרבנית מבאניא ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר בעל אמרי מנשה זצ"ל, און מוטער פון כ"ק אדמו"ר מבאניא שליט"א. הרבנית רעכיל בריינדל טייטלבוים ע"ה, אשת חבר הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד זצ"ל.


זכר צדיקים לברכה – ימליצו טוב בעדינו

כלל ישראל קוקט ארויס אויף א פרישע נייע יאר, א גאלדענע יאר מלא וגדוש בברכת השם עושר וכבוד, מען זאל נאר הערן גוטע בשורות, און קענען מבשר זיין בשורות טובות, אין שפיץ פון די לאנג ערווארטעטע בשורה בביאת בן דוד גואלנו במהרה בימינו אמן.


Comments


bottom of page