צדיק בא לעיר • חומש סעודה אין מוסדות סאטמאר בארא פארק; באזוך ביים שטח החדש פארן בית רחל

עודכן ב: לפני 5 ימים

מיטוואך פ' שלח • כ' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: י. שטיין


פארלאפאענעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנקעקומען קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי המוסדות אין שטאט, ביים אנקומען אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די דריי און פופציגסטע גאס האט זיך דער רבי באגריסט מיט די שוואגערס הגה''צ גאב''ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, אחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א, און די פילע אדמורי"ם ורבנים, האדמו"ר מבורשטין שליט"א, האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און נאך פילע רבני העיר. דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורך די מלמדים.

דאן האט די רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה לכבוד די חתני החומש, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור אלע עלטערן און זיידע'ס.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם שטח אויף 18 און 53 וועלכע איז נארוואס אפגעקויפט געווארן דורך די סאטמארער מוסדות אין בארא פארק ווי עס וועט געבויעט ווערן א גיגאנטישע בנין פאר די בית רחל, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן שטח און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנכבד ר' אהרן וועלץ הי"ו - מנהל המוסדות, און הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו - אדמיניסטראטאר, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.