ולבקר בהיכלו: האד' מביאלא באזוכט בהיכל ישיבתו הרמה אינעם קרית הישיבה אין אלעד

מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט אינדערפרי האט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א באזוכט בהיכל ישיבתו אינעם קרית הישיבה אין אלעד, די רבי שליט"א וועלכער האט ביז דעם לעצטן חודש געדינט אלס ראש הישיבה איז אצינד נאכן נתעלה ווערן בכתר האדמור"ות אנגעקומען אויף די ערשטע באזוך אין די ישיבה וואו די רבי האט געדאווענט א ווארימע שחרית מיט די בחורי חמד און דאן אויפגעטראטן מיט דברות קודש ודברי חיזוק מעניני דיומא, כהכנה ליום טוב שבועות.

דערנאך האט די רבי שליט"א איבערגעגעבן א שמועס פאר די מגידי שיעור און צוות הישיבה, אויך איז אריין אויף א באזוך צום רבי'ן שליט"א בחדרו הפרטי אין ישיבה, דער מעיאר פון שטאט אלעד הרב יהודה בוטבול וועם די רבי האט ווארעם אנגעוונטשן צו זיין נייעם תפקיד.

אין אנדערע נייעס גרייטן זיך חסידי ביאלא אפצוצייכענען די יום השלושים לסילוקו של צדיק די רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל מבשר טוב במחיצת קדשו פון בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, אנגעהויבן פון דעם קומעדיגע שבת קודש ב' סיון בעצם יום השלושים וועלן זיך פארזאמלען הונדערטער חסידים פון אלע שטעט ספעציעל די תלמידי הישיבות הקדושות אויף שבת בצילא דמהימנותא אין עיה"ק ירושלים, ווי די רבי שליט"א וועט אפרעכטן די תפילות און טישן אויף א גרויסע פארנעם, נאך עטליכע שבתים וואס די רבי האט נישט געוויילט אויף שבת אין ירושלים, צומארגנס זונטאג וועט פארקומען די מעמד עליה לציון במרומי הר הזיתים אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א און די ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.