האד' מדזיקוב וויזניץ וועט פראווען שבת אין מירון מיט חסידים וואס וועלן זיך מתנזר זיין פון 'נייעס'

עודכן ב: מאי 1

דינסטאג פ' לך לך • ט' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך

אין א דראמאטישע שריט האט כ"ק אדמו"ר מדזיקוב ויזניץ שליט"א געמאלדן היינט אינדערפרי פאר די חסידים, אז ער גרייט זיך ארויסצופארן די וואך שבת קיין אתרא קדישא מירון אויף א ספעציעלע שבת התאחדות, און די חסידים וואס וועלן זיך אונטערנעמען נישט צו הערן די נייעס אין די קומענדיגע וואכן וועלן קענען מיטקומען אויף די גרויסע שבת קיין מירון.

היינט נאך שחרית איז דער רבי שליט"א ארויס פון זיין צימער און זיך געוואנדן צום ציבור, זאגענדיג אז אין די יעצטיגע טעג ווען די מלחמה איז נישט גרינג, איז אבער פיל שווערער די פאקט אז אזויפיל אידן יראים ושלמים זענען פארנומען מיט די נייעס יעדע שעה אין טאג. דעריבער טוט דער רבי קלארשטעלן אז דעם קומענדיגן שבת וועט פארקומען א גרויסע שבת התאחדות אין אתרא קדישא מירון, ספעציעל פאר די חסידים וואס נעמען זיך אונטער נישט צוצוהערן קיין נייעס אין די קומענדיגע וואכן ביז יום טוב חנוכה הבא עלינו לטובה.