הונדערטער אידן פוקד געוועהן ציון הק' פונעם בעל התניא זי"ע אין האדיטש בעצם יומא דהילולא

זונטאג פ' וארא • כ"ו טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

טראץ דער בוזשעווענדע קריגס צושטאנד וואס עס הערשט ליידער מאמענטאל אין אוקריינא, זענען הונדערטער אידן, זיך צונויף געקומען פון איבער גאנץ אוקראיינע, און פון אנדערע לענדער אריינגערעכנט פון אייראפע, ארץ ישראל, אין פון אמעריקע, צום הילולא קדישא פונעם הייליגן בעל התניא זי''ע, כדי זיך משתטח זיין אויף זיין ציון הק' אין האדיטש און זיך דארט אויסבעטן לישועה והצלחה. צוליב דער קריגס צושטאנד אין לאנד, איז די יאר נישט געווען קיין מאסן עלי' לציון אין האדיטש ווי אין געווענטליכע יארן, אבער עס האט זיך היי קלאר אנגעזען א דראסטישע שינוי לטובה פון פאריאר ווען בלויז געציילטע מנינים אידן האבען זיך געהאט באטייליגט אינעם יומא דהילולא.

מיט גרויס התרגשות האבען די געטרייע עסקנים פון "קרית רבינו הגדול" אין האדיטש ענטפאנגען די פילע אידן וואס האבן זיך ארויס געלאזט אויפן לאנגן וועג, מכל מקומות מושבותיהם, צווישן זיי פילע ליובאוויטשער שליחים, זייער פאמיליע'ס, און פיל מבני קהילתם. 

א גרויסן ציבור געסט זענען פארבליבן אויף שבת אינעם בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק' וואו עס איז געוועהן צוגעשטעלט הונדערטער פארציעס פאר די סעודות שבת, אינעם הכנסת אורחים זאל, די שבת איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם שטייגער אין שפיץ פון די חשובע משפיע הרה''צ רבי חיים שלום דייטש, אין נאך משפיעים אין שלוחי חב''ד. צווישן די געסט אויף שבת אין האדיטש האט זיך אויך אנגעזעהן הרב שמואל רבינוביץ די רב פונעם כותל המערבי והמקומות הקדושים.