פראכטפולער מעמד "קביעת מזוזה" אויף נייע סאטמארער חתונה זאל "גינת אסתר" אין וויליאמסבורג

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

א הערליכע מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה איז אפגעראכטן געווארן דעם דינסטאג אינעם נארוואס פארענדיגטע חתונה זאל 'גינת אסתר' אינעם בבנין הבית רחל ד'סטאטמאר 'בנין ריספלער' אין וויליאמסבורג, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן פראכטפול און מלכות'דיג מיט שטוינענד ביליגע תקנות פרייזן לטובת חסידי סאטמאר מיטן ציל צו מצמצם זיין די הוצאות החתונה, נדבת הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ריספלער ע"ה - ראה"ק דקהל יטב לב ויבדלחט"א זוגתו תחי' און בנו יחידו הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו.

די מאורע איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע איז ווי יעדן דינסטאג אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג אויף די וועכענטליכע זמני כניסה, די רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען אינעם גאנצן זאל אין באגלייטונג פונעם חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו, דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם פראכטפולן זאל.עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש המעמד הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות, וועלכע האט דערביי איבערגעגעבן א פלעק פארן חשוב'ן נדבן בשם די הנהלת המוסדות, דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן דער חשוב'ע נדבן הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט רגשי לבבו צו דעם פריידיגן מאמענט.

דער רבי האט דאן געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר אלע זיינע קינדער, און עקסטער פאר הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה מיטן באנייען דעם חתונה זאל, און מזכיר געווען לטובה הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ע"ה וועלכע האט מנדב געווען דעם בנין הבית רחל וואס איז זיכער פאר אים א טובת נשמה אז עס וועט געפראוועט ווערן שמחות פאר ביליגע פרייזן, און די זעלבע פאר בנו הרבני הנגיד ר' פישל הי"ו וועלכע האט מוסיף געווען א סכום גדול צו קענען פארטיגן דעם זאל ברוב פאר והדר, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה.

דערנאך האט דער רבי מעורר געווען די עסקנים צו שטיין על המשמר און זיכער מאכן אז די פרייזן בלייבן ביליג ושוה לכל נפש, און די זעלבע זיכער צו מאכן אז די זמני החתונה ווערן אפגעראכטן פרי און ענדיגן זיך פרי וואס דאס איז די יסוד צו האלטן ביליג די פרייזן, און דער רבי האט מעורר געווען אויף פארשידענע פירצות וואס כאפן זיך אריין ביי אונז צווישן אנדערע איבער גראמען ביי חופות און אזוי אויך אויפגעפאדערט צו געבן א מצוה טאנץ נאר פאר די זיידעס און אנשים מכובדים, אזוי ווי עס איז געוועהן איינגעפירט מאז ומדקם.

דערביי האט דער רבי מעורר געווען איבער די פראבלעם פון פארברענגען אין די נאכט אריין און מען גייט שלאפן שפעט און מען שטייט אויף שפעט סיי מענער און סיי פרויען וואס דאס פארדרייט די גאנצע טאג און עס איז נישט קיין נארמאלע לעבן אזוי וחפץ ה' בידינו יצליחו מען זאל עס קענען טוישן און צוריקשטעלן דאס לעבן ווי נארמאל, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. אויפן וועג ארויס פונעם מעמד האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חשובע מרת ריספלער תחי' אלמנת הרבני הנכבד ר' מאיר זעליג ע"ה.