היסטארישע מסע הקודש 'בני היכלא' פון האד' מסקווירא קיין פוילין | חלק ג'

עודכן ב: מרץ 20

מיטוואך פ' בא • ז' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי

ווערטער זענען ארעם צו שילדערן די היסטארישע געפילן וואס האט ארומגענומען די העכער צוויי הונדערט און פופציג משתתפים ביי די היסטארישע שבת אין שטאט קראקא בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, שבת קודש בצל כנפיך יחסיון ווען די געטריי שרי המאות די תומכים און נדיבים פונעם בית הגדול והקדוש אויפצובויען דעם נייעם בית המדרש אין סקווירא, האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן בצילא דמהימנותא מיטן רבי'ן אין קראקא, אין ראם פון די מסע הקודש בני היכלא.

די גאנצע שבת איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש, און רייך צוגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות, די תפילות זענען פארגעקומען אין א ספעציעל דעזיגנירטע זאל אלס בית המדרש, און די סעודות אין א באזונדערע פראכטפולע זאל. באזונדער איז געווען צוגעגרייט א ספעציעלע פראגראם פאר די חשובע פרויען, א שמועס דורך די חשובע שנורן פונעם רבי'ן, און ספעציעלע מתנות, איבערהויפט די היסטארישע מעמד הדלקת הנרות כד עייל שבתא, ווען די נשים צדקניות האבן געהאט די זכיה צו הערן ווארעמע ברכת קודש פונעם רבי'ן בגודל קדושת הזמן.

ביים זמן הדלקת הנרות נאכן מעמד הכנה בשירה וזמרה אין די ברכת הקודש פונעם רבי'ן, האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה דארט אין בית המדרש, און שפעטער ארום זעקס דרייסיג איז דער רבי אריינגעקומען אין בית המדרש צו קבלת שבת, און געדאווענט פארן עמוד כנהוג זייענדיג אין די פרעמד.

ביים סעודת ליל שבת קודש האט אויפגעטרעטן דער מגיד מישרים הרב אברהם מרדכי מלאך, און הרב אפרים גרינבוים, די בארימטע מלכות קאפעליע האט אנגעפירט מיט די ניגונים, און מהנה געווען דעם ציבור בזמירות שירות ותשבחות א לענגערע צייט.

ביים טיש פרייטאג צונאכטס איז געגעבן געווארן א ספעציעלע מתנה לכבודו פונעם רבי'ן, א נייע גאלדענע וויין פלאש, נאכגעמאכט גענוי די ירושה וויין פלאש פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, וואס דער רבי שליט"א האט אצינד אוועקגעשאנקן פאר די עסקנים דאס צו פארוואנדלען אין פראכטפולע זילבערנע בעכערס, וואס איז פארטיילט געווארן מוצאי שבת פאר די חשובע תומכים און נגידים כאות הוקרה.

מיטן בענטשן ביים טיש איז מכובד געווארן הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי יונגסטע זון פונעם רבי'ן, שבת אינדערפרי איז הרה"ג ר' יעקב יהושע ענגלענדער ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא מכובד געווארן צו דאווענען פארן עמוד פסוקי דזמרה, און מיט שחרית איז מכובד געווארן הרה"ג ר' צבי אלימלך רוקח אב"ד בערטש.

ביים ליינען האבן עולה געווען עטליכע חיובים, און אויף איין עלי' האט מען געווארפן גורל צווישן אלע משתתפי הנסיעה. מפטיר האט עולה געווען הנדיב הנכבד ר' אביגדור עסטרייכער, און מיט די איבריגע כיבודים זענען מכובד געווארן די עסקני הנסיעה.

נאכן ליינען האט דער רבי געדאווענט מוסף פארן עמוד, און דערנאך געפראוועט א קידוש ברוב עם, און דערציילט סיפורי צדיקים פון די בעלי ההילולא. ביים מיטאג טיש האט דער רבי מכבד געווען מיטן בענטשן הרה"ג ר' צבי טווערסקי ראש ישיבת תורת חיים אין ירושלים, נין ונכד לצדיקי בית טשערנאביל.

ביים הויכפונקט פון די נסיעה ביי די לעכטיגע שעות במוצאי מנוחה, איז אפגעראכטן געווארן די צענטראלע וועידה עמודי התווך, אפצוגעבן דעם ריכטיגן אנערקענונג און שעצונג פאר די געטרייע נדיבים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער פארן בית המדרש, א רייכע עלעגאנטע סעודה איז געווען צוגעגרייט אין א פראכטפולע האטעל אין שטאט קראקא, באגלייט מיט הארציגע און לעבעדיגע מוזיק אנגעפירט דורכ'ן מייסטער אראנדזשירער ר' משה מרדכי ראזענבלום, אין באגלייטונג פון די מלכות קאפעליע און א כאר פון בעלי מנגנים חסידי סקווירא.

ארום צוואנציג נאך עלף האט מען מקבל געווען את פני הקודש פונעם סקווירא רבי'ן בשירה וזמרה, עס האט אויפגעטרעטן הרב החסיד ר' יצחק יוסף אונגאר מראשי וועד קרן הבנין, וועלכער האט איבערגעגעבן די דראמאטישע אנטוויקלונגען אינערהאלב די אויפבוי פונעם נייעם בית המדרש, זאגענדיג אז אצינד נאך הבדלה האט דער רבי אריינגערופן די עסקנים די וועד קרן הבנין, און געלאזט הערן רצון קדשו אז מ'זאל זיך אצינד צויאגן צו פארענדיגן די דאווענען שטיבלעך בבנין בית המדרש הגדול, צו קענען צוברענגען הרחבת הדעת פאר די מתפללים מדי יום ביומו, ווי פארשטענדליך האבן די עסקנים זיך גלייך אריינגעלאזט אין די נושא, און שוין יעצט האבן עטליכע נגידים בעם געמאלדן זייער העכערונג אין נדבות לטובת דעם פראיעקט.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אפרים גרינבוים און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע זכיה פון די נושאי הממלכה, די שותפים ביים דאזיגן נסיעה וואס ברענגען צו הרחבת הדעת פארן רבי'ן, דערנאך האט אויפגעטרעטן העסקן הנמרץ ר' שלום בער פישל, און בתוך דבריו דערציילט אז זיבן נגידים האבן זיך יעצט נאך שבת אנגעשלאסן מיט פרישע נדבות פון העכער א מיליאן דאללער לכבוד די נסיעה, זייענדיג מורא'דיג אנגעווארעמט פארן נייעם בית המדרש, דערביי האט ר' שלום בער צוגעטראגן פארן רבי'ן א קוויטל מיט די זיבן נעמען, און דער רבי האט מעיין געווען דערין און עס אוועקגעלייגט על מקום קדשו.

הרב החסיד ר' משה אייזענבערג מגדולי בעלי המנגנים בחצר הקודש סקווירא האט געזינגען הערליכע גראמען אויף ניגוני ימים נוראים, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן ווארעמע ברכות קודש וואס דער רבי האט משמיע געווען, און געוואונטשן אז אזוי ווי מ'זעט אז די ציבור רופט זיך אן מיט סכומים אן קיין גרעניצן, אזוי אויך וועט די השראת השכינה אינעם נייעם בית המדרש זיין בלי גבול.

מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען בנו הגדול הרה"צ ר' אהרן מענדיל, און דערנאך איז דער רבי ארויס אויף א קורצע הפסקה. נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אין זאל, צום מעמד חלוקת גביעי הקודש, צוערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' סענדר אויסטערליץ איבער די היסטארישע זכיה וואס די משתתפים וועלן האבן אצינד, מקבל צו זיין מידי קדשו פון רבי'ן א גאלדענע בעכער, נאכגעמאכט די ירושה בעכער פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, ווען אין דעם געפונט זיך א היסטארישע חפץ קודש א שטיק זילבער פון די ירושה וויין פלאש פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, וואס דער רבי שליט"א האט ספעציעל ארויסגעברענגט מאוצרו הטוב. דערנאך זענען אלע נדיבים בעם אריבער ביים רבי'ן איינציגווייז מקבל צו זיין דעם מתנת קודש, באגלייט מיט ווארעמע ברכות, עס איז שוין געווען נאך דריי אזייגער פארטאגס ווען מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און דערנאך האט דער רבי נאך געפראוועט די נדיבים מיט קוויטלעך ביז פינף אזייגער פארטאגס.

זונטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית ארום א פערטל נאך ניין, און שפעטער ארום צוועלף אזייגער ארויסגעפארן צום לופטפעלד, אויפן וועג צוריק קיין מאליבו קאליפארניע, וואו דער רבי וועט וויילן אויף אפרוה די קומענדיגע וואך.