זאת חנוכה טיש אין לויצק פארצויגן פאר גאנצע צוועלף שעה נאכאנאנד בהתרוממות ויראה עילאה

מאנטאג פ' ויגש • ו' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

שווער צו שילעדרן דעם מחזה הוד והדר וואס האט זיך אפגעשפילט פארגאנעגנעם זאת חנוכה ביים געהויבענעם עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש לויצק, וואס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע צוועלף שעה נאכאנאנד. ווי באקאנט איז די טיש זאת חנוכה אין לויצק, און בכלל אין קארלין די הויכפונקט פון יאר, די געהויבענע טיש ווערט געפראוועט מיט גרויס התרוממות און דביקות בשירה וזמרה בתופים ובמחולות.

ארום 8:00 אזייגער ליל זאת חנוכה איז די רבי אריינגעקומען צו מעריב בבית מדרשו אויף די שמואל הנביא גאס אין ירושלים, און נאך א קארצע הפסקה האט זיך די רבי געוואשן צום טיש לכבוד היום, עס האבן מהנה געווען בשירה וזמרה א רייכע ארקעסטרע אויף די קארלינער שטייגער, מהאט געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות, די זמירות פון חנוכה און דערנאך האט די רבי פארגעזינגען די פיוט כל ברואי מעלה ומטה און פארגעזאגט נשמת פסוק בפסוק כנהוג בהתעוררות רב, דורכאויס די נאכט בשעת די ריקודין האבן הונדערטער חסידים און א ריזן ציבור אידן זיך געשלענגלט אין די רייע דורכצוגיין ביים רבי'ן וואונטשן לחיים, יעדער חסיד באזונדער האט געהאט די געלעגנהייט זיך דורכצושמוסן מיטן רבי'ן, אין די רבי האט פארטיילט פונעם פאמש משקה פאר די חסידים כנהוג אין קארלין.

א מחזה הוד האט זיך אפגעשפילט ווען די רבי האט זיך מערערע מאל אויפגעשטעלט טאנצן שלא כהרגלו מיט גרויס דבקות אין ברען און מעודד געווען די ניגונים ומה נהדר היה המראה, מיטהאלטנדיג די הייליגע ריקודין ביראה עילאה פון אזויפיל הונדערטער אידן, ברשפי אש שלהבת קה, ווען די ריקודים נלהבים האבן פארגעזעצט  פאר לענעגרע שעות עד אור הבוקר, אין אין די זעלבדע צייט דעם כסדר’דיגן אומאויפהערליכן שטראם פון מענטשן פון אלע עקן ירושלים, פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע האבן געשטראמט אין די מאסן מיטצוהאלטן דעם לויצקער טיש זאת חנוכה, און זענען אריבער ביים רבין מקבל זיין ברכת קדשו.

ארום פיר אזייגער פארטאגס הארט פארן עלות האט מען אויסגעשריגן ''רבותינו הגיע זמן קריאת שמע'' אין אפגעשטעלט דאס אדורך גיין - מהאט געבענטשט מהאט געזאגט על הניסים און זיך דערנאך געשטעלט דאווענען מעריב, נאך מעריב איז מען ווייטער אריבער ביים רבין ביז אכט אזייגער צופרי נאכדעם וואס די לעצטע יוד איז אריבער ביים רבי'ן.

עס איז שוין געוועהן ארום 8:00 צופרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אויפן ווארימן קארלינער נוסח וואס האט זיך פארצויגן גאנצע צוויי שעה בבחינת כל עצמותי תאמרנה, אין נאכן דאווענען האבן זיך די חסידים צושפרייט זיך גרייטנדיג צום שב''ק.