איבערראשענדע באזוך פון האד' מאמשינוב בהיכל ישיבתו נאך אפיקומן-צוזאג פאר נכדו מתלמידי הישיבה

פרייטאג פ' שלח • כ"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: באדיבות המצלם


אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן דעם ליל שישי דורך כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אין די ראמען פון די ישיבה גדולה דחסידי אמשינוב, ווי דער מנהיג העדה האט אומגעראכטענערהייט אריינשפאצירט אינעם היכל הישיבה אין שכונת בית וגן אין ירושלים, און האט פארגעלערנט א שיעור אינעם ספר הק' 'תניא'.

דער באזוך איז געווען אזוי אומגעראכטן אז מען האט הערשט אום 4:00 פארטאגס געמאלדן פאר די חשובע בחורים שיחי' אז דער רבי שליט"א וועט פארלערנען א שיעור, ווי נאר זיי זענען געוואויר געווארן דערפון האבן זיי זיך תיכף ומיד פארזאמעלט אינעם היכל הישיבה זייענדיג איבערראשט פונעם ספעציעלן באזוך.

ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז דעם רבינ'ס חשובע אייניקל הבחור החשוב אברהם פריעדמאן נ"י מתלמידי הישיבה געשטאנען אונטער דעם באזוך. דאס איז געווען דעם פארלאפענעם פסח העעל"ט ווען דער חשובער בחור האט מקיים געווען דעם מנהג ישראל תורה פון גנב'ענען דעם אפיקומן און פארן דאס צוריקגעבן האט ער געבעטן דעם זיידן, אז ער זאל קומען אין ישיבה פארצולערנען דעם ספר הק' 'תניא', די רבי שליט"א האט אנגענומען דעם פארלאנג און איז טאקע דעם ליל שישי אנגעקומען אויף א באזוך אין ישיבה און פארגעלערנט די מאמרי החסידות פונעם ספר התניא פאר די בחורי חמד וועלכע האבן דערביי געשלינגן מיט דארשט יעדעס איינציג ווארט פון די דברי אלוקים חיים.

דער רבי שליט"א האט דערביי געמאלדן אז די שיעורים אין תניא וועלן אי"ה פארקומען צוויי מאל א יאר פאר די בחורי הישיבה גדולה, שאפנדיג גרויס שמחה פאר די בחורי חמד.