מאסן צוזאמקום ביים רייכן דינער 'בנותינו' לטובת בית חינוך לבנות בנות ציון ד'באבוב

מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי

הונדערטער חסידי באבוב זענען דער נאכט ארויסגעקומען אין די מאסן ארויסצוווייזן שטיצע פארן מוסד הקדוש 'בנות ציון' ד'באבוב ביים יערליכן דיננער 'בנותינו' וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חי' אין בארא פארק אין שפיץ פון כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א.

אנהייב פונעם דיננער איז פארגעשטעלט געווארן א גאר רייכע פאנעל צווישען דריי נכבדי העדה וואס האבן געהאט די זכיה משמש צו זיין לפני ולפנים ביים רועה נאמן הרה''ק בעל 'דברי שלמה' מבאבוב זצוק"ל און מיטגעפארן אויף די נסיעות ווען די רב זכרונו לברכה איז געפארן אויף אפרוה. די שואל איז געוועהן הרב בן ציון גאלדמאן און עס האבן געענפערט די שאלות: הרה''ג ר' שלום קעסלער שליט"א מנהל ת''ת בני ציון, הרה''ח ר' יצחק שלום לעזער הי"ו און הרה''ח ר' ליבוש לנדא  הי"ו. עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע זכרונות פון אמאל און איבער די עבודת הנגינה פונעם רב ז"ל ווי ער האט מחבר געווען פולע ניגונים וויילענדיג אויף קור, בין גברא לגברא האבן מהנה געווען די באבובער קאפעליע מיט פארשידענע ניגונים.

דערנאך האט מען געהאט די זכיה מקבל זיין פני קדשו פון הוד כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וואס האט זיך געוואשן צום סעודה, און עס האט גענימען דאס ווארט דער יושב ראש הרה''ג ר' אלעזר געללער שליט"א ר''מ בישיבת כרם שלמה ד'באבוב וואס האט דערמאנט די אומפארגעסליכע נדיב וואס די דיננער איז געווען מוקדש לעילוי נשמתו ה"ה הרב ר' לייבל רובין ע''ה.

דערנאך האט מען אויסגערופן די גרעסערע נדיבים בעם ארויפצוקומען מקבל צו זיין ברכת לחיים פונעם רב שליט"א, צום הויכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש, דברי התעוררות והדרכה פונעם רב שליט''א וואס האט קרוב צו א שעה צייט מדריך געווען די קהל הנאספים אויף עניני חינוך הבנים והבנות אין די היינטיגע שווערע דור מיט אירע נסיונות הזמן און שטארק משבח געווען די הנהלה פון בנות ציון וואס געבט זיך אוועק מחנך צו זיין די דורות הבאים. די רב האט אויך דערמאנט די הרחבת גבולי הקדושה אין מחנה גילה ד'באבוב ווי מ'האט אין די לעצטע יארן צוגעבויעט גרויסע חלקים צום קעמפ און אויך היי יאר ווערט אויפגעבויעט נאך עטליכע ריזיגע בנינים און דערמאנט לשבח איינער פון די נדבנים ה''ה הרה''ח ר' יונתן בלייער הי"ו ראש מכון זכרון אהרן וואס האט געשנאדערט א האלב מיליאן דאללאר פאר דעם צוועק און מסיים געווען בברכת קדשו לרוב פאר אלע נדיבים תומכים און נאספים.