top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחיבי מקום אהלך: מקח געשלאסן אין לעיקוואד פאר'ן אויפבוי פון "בית החסידים החדש דחסידי אלכסנדר"

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

חסידי אלכסנדר תושבי לעיקוואד נעמען אויף מיט שמחה דקדושה די פריידיגע בשורה איבער'ן געלונגענעם מקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א שטח רחבת ידים אין הארץ פונעם עיר התורה וחסידות לעיקוואד, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן מיט פראכט דער נייער "בית החסידים דחסידי אלכסנדר" אין לעיקוואד.


די "אלכסנדר שטיבל" אין לעיקוואד איז געגרינדעט געווארן בשנת תשס"ח דורך א קלענערע קיבוץ פון יונגעלייט חסידי אלכסנדר תושבי לעיקוואד, פון וואס ס'איז שנעל אויסגעשטיגן א פנת יקרת לתורה ותפלה, און ס'האט זיך שוין לאנג אויסגעפעלט מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה נאכדעם וואס דאס שטיבל איז שוין געווארן שטארק אויסגעוואקסן און ענג אין פלאץ.


אין די לעצטערע תקופה האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט בעובי הקורה צו טרעפן א פאסיגן שטח פאר'ן בית גדול וחדש, וחפץ ה' בידם הצליח די היינטיגע וואך צו שליסן מקח אויפ'ן שטח החדש וואס איז שטארק צוגעפאסט און געאייגנט פאר דעם גראנדיעזן פראיעקט פון הקמת בית החסידים החדש.


כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועלכער וויילט די יעצטיגע טעג אין אמעריקע דורכאויס א מסע מרומם, האט לרגל דעם פריידיגן מקח אפגעראכטן א ביקור מיוחד נעכטן דינסטאג בשערי עיר לעיקוואד. אנקומענדיג איז דער רבי צוערשט צוגעפארן באזוכן דעם שטח החדש און איז דארט געצייגט געווארן דורך די עסקני ועד קרן הבנין די בוי פלענער. פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' מאיר פישל, בונה ומקים בית החסידים החדש, אויף "לחיים טיש" לרגל המאורע. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסקייט און וויכטיגקייט פון פארמאגן א "שטיבל" און ווי טייער און חשוב עס איז אלעמאל געווען ביי חסידים, זיך צו האלטן צוזאמען באהבת רעים. דערנאך האט דער רבי פארטיילט לעקאך פאר די עסקנים, און מאציל געווען ברכת קדשו פאר די הצלחה פונעם פראיעקט.

Comments


bottom of page