ובאו כולם בברית יחד: עקסטאז צום "שבת בחוקתי" מיטן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א אין בארא פארק

עודכן ב: מאי 22

דינסטאג פ' בהר • י"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך

התעוררי התעוררי כי בא אורח! אן עקסטאז נעמט אריין יהדות ניו יארק מיט'ן אנקום פון די פריידיגע בשורה איבער'ן ביקור הוד ומרומם וואס דער ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וועט אפרעכטן דעם קומענדיגן שב"ק בחוקתי אין בארא פארק.

דער באזוך האט אריגינעל געדארפט פארקומען אין די וואכן נאך פסח, און איז לעצט מינוטיג אפגערופן געווארן צוליב א פארגערונג אינעם מצב הבריאות ביי הרבנית הצדקנית, דעם ראש הישיבה'ס מוטער, און יעצט ווען דער מצב האט זיך ב"ה פארבעסערט, איז באשטימט געווארן די נסיעה אויף דעם קומענדיגן שב"ק בחוקתי, חזק, שבת מברכים סיון, וואס וועט אפגעראכטן ווערן בהתרוממות עילאה, במעמד אלפי ישראל תושבי עיר התורה וחסידות בארא פארק, און הונדערטער געסט חסידים ומעריצים פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי.

דער ראש ישיבה שליט"א וועט חונן זיין את פני העיר בארא פארק קומענדיגן מיטוואך בחוקתי, און וועט מפאר זיין בראש עדתו ביי כינוסי קבלת פנים און מעמדי חיזוק, וואו דער ראש ישיבה וועט משמיע זיין די פייערדיגע דברי התחזקות און התעוררות לקראת קבלת התורה. ווי אויך וועט דער ראש ישיבה שליט"א אויפטרעטן מיט שיעורי תורה בפלפול ואגדה אין היכלי התורה, און מעורר זיין א חדוותא דשמעתתא וריתחא דאורייתא צווישן די ת"ח ולומדי הכוללים אין שטאט. דורכאויס די צוויי טעג פון מיטוואך און דאנערשטאג בחוקתי איז באשטימט פאר "קבלת קהל" פאר די חסידים און מעריצים ודופקי פתחו אריינצוגיין לעצה ולברכה.

ליל שישי וועט דער ראש ישיבה איבערגעבן א טיפזיניגע שיעור בפלפול אגדה והדרכה, אין די גרויסער עמינעמס זאל אין שטאט במעמד אלפי תושבי העיר.

דער שבת רבתי וועט פארגעקומען אין די ריזן "די פעלעס" זאלן, וואס וועט ווערן פולקאם אויסגערישט מיט טויזנטער זיץ ערטער און הויכשטאקיגע פארענטשעס צו אקאמאדירן דעם פלייץ פון טויזנטער משתתפים, בפרט בעת רעווא דרעווין וואו דער ראש ישיבה וועט נאכן זמן משמיע זיין פייערדיגע דברי תורה און דברי חיזוק אויף א מייק.

נאך שבת וועט דער ראש ישיבה שליט"א אפרייזן קיין שיקאגא לטובת המוסדות, און וועט דארט וויילן במשך זונטאג און מאנטאג במדבר. דער באזוך אין שיקאגא וועט גלייכצייטיג דינען אלס ביקור חיזוק פאר'ן ארטיגן חרד'ישן אידנטום וואס וועט זיך אנקוועלן מיט די שיעורי תורה און שיחות חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א וועט משמיע זיין פאר די תושבי העיר.

יהא בואו לברכה להרמת קרן התורה והחסידות