top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נֵזֶר עַל רֹאשׁוֹ: יהדות ציריך וועט מיטלעבן פייערליכע הכתרה פון נייעם רב הגרצ"א פאדווא שליט"א

דינסטאג פ' קרח • כ"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט פייערליכע עקסטאז גרייט זיך די חרד'ישע ציריך צום "מעמד הכתרה" דעם קומענדיגן זונטאג חקת לסדר "איש על העדה", ווען די הונדערטער חברי הקהלה פון די שטאטישע קהלת "אגודת אחים" וועלן כאיש אחד ובלב אחד מכתיר זיין און מקבל מרות זיין פונעם ניי-ערוועלטן רב הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא שליט"א, וועלכער איז מיט עטליכע וואכן צוריק ערוועלט געווארן ביי די קהלה-וואלן אלס רב הקהלה. דער נייער רב שליט"א איז א זון פון כ"ק גאב"ד לאנדאן שליט"א און איידעם ביים פריערדיגן רב דקהל אגודת אחים הגאון הגדול רבי שאול ברייש זצ"ל. שוין מערערע יארן וואס דער נייער רב שליט"א דינט אלס דומ"ץ דקהל אגודת אחים און איז געשטאנען לימין קדשו פון זיין שווער זצ"ל בכל קדשי הקהלה, זייענדיג אריינגעטאן בעובי הקורה בכל צרכי הקהלה, ווי כשרות, עירובין, שחיטה, דיני תורה, און שטייט אין שפיץ פון די ישיבה קטנה און ראה"כ פונעם ארטיגן כולל אברכים.


ביי די קהלה-וואלן דעם פארלאפענעם י"ב אייר איז דער רב שליט"א ערוועלט געווארן דורך רוב דיעות אלס דער נייער רב הקהלה, וועלכע וועלן יעצט פייערן די גרויסארטיגע הכתרה, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם גרויסן בית הכנסת דקהל אגודת אחים, בראשות אלע רבני העיר והקהלה.


דער מעמד הכתרה וועט פארקומען ממחרת פונעם גרויסן "שבת הכתרה" דעם היינטיגן שב"ק חקת, ר"ח תמוז, וואס איז באשטימט געווארן אלס פייערליכע שבת התכנסות פון אלע בני הקהלה, וועלכע וועלן אינאיינעם פייערן די אויפנאמע פונעם איש על העדה ואלוף לראשם, ווען דער הויכפונקט וועט זיין די "איינצוגס דרשה" וואס דער רב וועט געבן בפלפול ואגדה אינעם בית הכנסת הגדול במעמד אלע בני הקהלה. צומארגנס זונטאג, ב' דר"ח תמוז, וועט פארגעקומען דער מעמד הכתרה בהשתתפות אלע בני הקהלה. די הונדערטער בעה"ב און אברכים וועלן זיין פלאצירט אינעם היכל בית הכנסת און די עזרת נשים, און די בחורי חמד אינעם היכל ביהמ"ד און עזרת נשים. פאר די נשים צדקניות איז דעזיגנירט געווארן מיטצוהאלטן די מעמד פונעם חצר הינטער'ן בנין הקהלה, און די ילדי תשב"ר וועלן מיטהאלטן פונעם אולם השמחות.


אלס אורח הכבוד וועט אויפטרעטן דער נואם בחסד עליון הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א וואס וועט ספעציעל קומען צו פארן איבערגעבן דעם משא המעמד. נאכ'ן מעמד אין די בניני בית הכנסת והביהמ"ד, וועט אפגעראכטן ווערן א גראנדיעזער מעמד לחיים אינעם גרויסן שאטער אינעם חצר הקהילה, וואו מ'וועט זיך וואונטשן און משמח זיין ביקרא דאורייתא לרגל די פייערליכע געשעעניש. צום מעמד זענען צווישן אנדערן ערווארט פילע שלוחי כבוד פון גדולי ישראל, פון איבער די וועלט, וואס וועלן קומען פערזענליך איבערגעבן די ברכת הקודש פון גדולי האדמורי"ם ורבני הקהלות צום נייעם רב לרגל דעם התמנות.


אין אנדערע נייעס אנבאלאנגט די הכתרה, איז דער נייער רב נעכטן ספעציעל אפגעפלויגן קיין אנטווערפן און אריין לקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א מקבל צו זיין ברכת קדשו, דער רבי שליט"א, וועלכער האט שטארק צוגעשטופט און מעודד געווען דעם רב אנצונעמען דעם עול הרבנות, האט גאר ווארעם געוואונטשן און מאציל געווען ברכת קדשו להצלחה וסיעתא דשמיא, מנהיג צו זיין דעם עדת ה' און די קהלה נאה וחסידה על מי מנוחות לאורך ימים ושנים טובים.


 


Comments


bottom of page