top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לקיים בנו חכמי ישראל | רחמי שמים לרפואת האד' מקאלוב

דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - כ"ק אדמו"ר מ'קאלוב שליט"א לרפו"ש איז אפגעפירט געווארן אין די לענאקס שפיטאל נאכן ליידן פון א ערנסטע אינפעקציע. נאך א אונטערזוכונג פון די דאקטוירים וועלכע האט געוויזן אז די אינפעקשאן איז שטארק פארשפרייט איז דער רבי שליט"א אויף זייער ראט פלאצירט געווארן אינעם שפיטאל'ס איי סי יו אפטיילונג.


כלל ישראל איבער די וועלט טוען מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת דעם רבי'ן שליט"א, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים, היינט ד' שבט ביומא דהילולא קדישא פון אביו הרה"ק בעל חקל תפוחין מקאלוב זיע"א, וועלן די קינדער און אייניקלעך פונעם רבי'ן ארויפגיין צום ציון הק' אין ניו דזשערזי מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה, מתפלל זיין און איינרייסן וועלטן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, כ"ק מרן רבי משה בן ריזל לרפואה שלימה.



Opmerkingen


bottom of page