top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יציקת הבורות פאר נייע סאטמאר מקוה בשכונת בלומינגראוו אין קרית יואל




דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - אזוי ווי געמאלדן איז כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א נעכטן אנגעקומען אויף א באזוך אין קרית יואל בקרב חסידיו תושבי שכונת בלומינגראוו


דער גייסטרייכער באזוך האָט זיך אָנגעהויבן מיט א געהויבענעם תפלת שחרית, אין דעם נייעם צייטווייליגן ביהמ"ד אויף דועלק, די רבי האָט מיטגעדאווענט אינאיינעם מיט׳ן ציבור, נאָכגעפאָלגט צו א שמחת ״ברית מילה״ לבן אחד מחסידיו, וואו די רבי איז מכובד געוארן מיט סנדקאות.


דערנאך איז פארגעקומען אַ מסיבת לחיים, אינאיינעם מיט די מתפללי הביהמ"ד, די חשובע בעלי שמחה, אין די געטרייע הנהלת הקהלה


צום ערשט האט גערעדט דער דיין הרה"ג רבי מנחם נתנאל יונגרייז, וואס האט איבערגעגעבן א גריס פארן רבין פון דעם מקדש מעט, אז ב''ה גדלו והצליחו, און עס דאווענט דא אינאיינעם יעדן שב"ק א ערענסטע ציבור וואס האלט זיך אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, און עס ב"ה אויסגעוואקסן א רעכטפארטיגער חסידישער סאטמארער ווינקל ווי מהאלט זיך אינאיינעם

דאן האט מען געהאט די זכי' אז די רבי שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, דברי חיזוק ודברי הדרכה, אָפּצוהיטן דעם קדושת ביהמ״ד, אז ס׳זאל זיך דערקענען אַז דאָס איז א סאטמארער ביהמ״ד, אין מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב פאר די מתפללים, עסקנים און בעלי שמחה.


דערנאך איז דער גאנצער ציבור תושבי השכונה און מתפללי הביהמ"ד אריבער געבן לחיים פארן רבין שליט"א.


דער רבי איז דאן אריבער אין שטוב פון הנגיד ר' משה קרויס, לאות הכרת הטוב פארן צושטעלן ביתו לרווחה פאר די 'לבנותו באנקעט' פארלאפענעם וואך פאר די תושבי השכונה, צו שאפן די ריזיגע סכומים פארן אויפבוי פון די בתי מדרשים המפוארים.

בו בזמנו איז פאָרגעקומען דער גמר המקח ״וקריאת השם״ פונעם נייעם פּראַכטפולן ביהמ״ד שכונת ״דועלק״ אין בלומינגראוו קרית יואל ווי דער זכות שם הבנין איז אפּגעקויפט געווארן דורך הנגיד מוה״ר יעקב שוויממער , נכד הנגיד ר׳ מענדל שווימער ראה״ק פון די קהילה אין קרית יואל


דער נייער ביהמ״ד הנהדר ״בית יעקב״ דקהל יטב לב לב, וואָס ווערט שוין אָט פאַרענדיגט אין די לעצטע פאַזעס צו דינען אַלס תל תלפּיות לג׳ עמודי העולם ווערט אין די יעצטיגע טעג באַצירט מבית ומבחוץ, וגדול יהי׳ כבוד הבית הזה לה׳ ולתורתו!


דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד יציקת הבורות אינעם נייעם בנין הביהמ"ד אויף 2 דועלק, מיט די באטייליגונג פון די רבני ודייני הקהלה, אינאיינעם מיט עסקנים, נדבנים ואישי ציבור,אין שפיץ פונעם רבין שליט''א וואס האט אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגע הנאה פון די הרחבת גבולי הקדושה, און געוואונטשן ברכת קדשו פאר די חברי הנהלת הקהלה און פאר אלע תושבי השכונה, אז מ׳זאל קענען אָנגיין ווייטער מער און מער, ורוה״ק אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

Comments


bottom of page