top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע ביהמ"ד דחסידי טאלנא אין קרית גת

דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג | בחצרות הקודש


חסידי טאלנא קוקן זיך צו מיט פרייד ווי עס ווערט נתרחב די גבולי הקדושה ווען דעם שבת וועט געעפענט ווערן א דער נייע ביהמ''ד דחסידי טאלנא אין דער שטאט קרית גת תחת נשיאותו פון כ''ק האד' מטאלנא שליט''א פון אשדוד וועלכע וועט צו דעם געלעגנהייט קומען פראווענען א געהויבענע שבת אין שטאט קרית גת, דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת בשלח שבת שירה, לרגל די עפענונג פון די נייע בית המדרש.


די נייע שטיבל ווערט געעפנט אין די יעצטיגע תקופה, נאך וואס א שיינע ציבור חסידי טאלנא האבן זיך אין די לעצטע תקופה אריבערגעצויגן קיין קרית גת, צוליב דעם וואס די דירות פרייזן אין אשדוד וואו די אינגעלייט פון די קהילה ווילן וואוינען נעבן דעם טאלנא הויף, איז זייער טייער און הויעך, און כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א טוט עצה'נען די חסידים צו קויפן דירות אינעם דערלעבנדיגער שטאט קרית גת, וואו די דירות זענען היבש ביליג. אצינד ווען עס איז שוין פארהאן א שיינע ציבור חסידים אין קרית גת, האבן די עסקנים אנגעהויבן ארבעטן אוועקצושטעלן א טאלנא שטיבל, די נייע שטיבל וועט זיך טאקע עפענען בברכתו הנאמנה פון כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, און קומענדיגע וואך וועט דער רבי קומען פערזענליך באנייען דעם בית המדרש לתורה תפילה ולחסידות.


א גרויסע ציבור חסידים זענען ערווארטעט צו קומען מיטהאלטן די געהויבענע שבת אין קרית גת, די זאלן פון די גערער ישיבה אין שטאט איז ארויסגעדינגען געווארן פאר די תפילות און טישן דורכאויס שבת קודש, וועלכע וועלן פארקומען ברוב עם הדרת מלך.

Comentarios


bottom of page