top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני ציון יגילו: מוסדות "באבוב לינדען" וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ה

מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי באבוב איינוואוינער אין די אויפבליענדע ישוב "לינדען" ניו דזשורזי, אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט צום בעפארשטייענדן לערן יאר שנת תשפ"ה געעפנט ווערן די מוסדות הק' פון באבוב אין לינדען, סיי די תלמוד תורה "בני ציון" פאר די תשב"ר, און סיי די "בנות ציון" פאר די בנות ישראל.


די באבוב'ע קהלה אין לינדען באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה חסידי באבוב, וואס האבן זיך אהין ארויסגעצויגן צו וואוינען במנוחת הדעת אוועק פון די ישיבת כרכים קשה, ציילנדיג שוין כהיום ביי אריבער "הונדערט זעכציג משפחות", און נאך פיל זענען ערווארטעט אינעם צוקונפט.


שוין א לענגערע צייט וואס מ'פלאנירט צו גיין מחיל אל חיל, נאכ'ן שוין פארמאגן דעם אייגענעם באבוב'ער ביהמ"ד, און גרינדן מוסדות התורה, באגלייט מיט די פערזענליכע הדרכה און התייעצות פונעם רועה נאמן דער באבוב'ער רב שליט"א, און אצינד איז געקומען די גליקליכע מינוט פון הרחבת גבולי הקדושה, מיט די עפענונג פון די נייע מוסדות וואו די קינדער וועלן נתחנך ווערן לתורה ויראת שמים, תחת נשיאותו והדרכתו פונעם רב שליט"א.


צוערשט וועט געעפנט די תלמוד תורה פאר די יונגלעך ביז נאך כתה ג', מיט אויסגערופענע מלמדים וואס זענען געשטעלט געווארן לשרת בקודש, און אלס מנהל איז נתמנה געווארן דער מחנך נפלא הרב בנציון משה יאיר וויינשטאק שליט"א. די בנות ציון דבאבוב ווערט געעפנט צוערשט פאר די מיידלעך ביז נאך די דריטע קלאס, מיט חשוב'ע מחנכות וואס זענען אויפגענומען געווארן אלס מנהלות, אין צוגאב צו די פרי-סקול וואס גייט שוין אן א שטיק צייט מיט הצלחה.


ווי אויך האט דער באבוב'ער רב שליט"א ממנה געווען א וועד פון הנהלת רוחני, וואס וועלן נושא זיין בעול המוסדות, הרב מיכאל באקאן, הרב מאיר יוחנן ליכטענשטאטער, און הרב יהושע העשיל ציטערנאנעבוים, ואתם וועט צושטיין די וועד הרוחני פון די צענטראלע באבוב'ע ת"ת בני ציון אין בארא פארק, מיט די שטיצע פון די ארטיגע הנהלה, וואס וועט שטיין גרייט כל צעד ושעל.



Commentaires


bottom of page