דינסטאג פ' בשלח ט' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - א התרגשותדיג'ער שמחת הברית איז נעכטן פארגעקומען אין בית מדרש הגדול אין קרית וויזניץ אין בני ברק פון א אור אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א בן הבכור ביי נכדו הרב אהרן יחיאל לייפער, מיט טיפע געפילן פון שבח והודאה צום בורא עולם נאך די שווערע קאר עקסידענט פארלאפענעם חול המועד סוכות וואס די יולדת איז געווען פארמישט אין שווער פארווענדערט געווארן אין איז אצינד בחסדי שמים געהאלפן געווארן מיט א געזונט קינד א בן זכר למזל טוב
אלס מוהל האט געדינט הגה"צ המשפיע רבי נחמן בידרמאן שליט"א מלעלוב, מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ר"י ויזניץ, סנדקאות די זיידע כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה, עמידה לברכות די זיידע הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב ב"ב, ברכות האט געזאגט די זיידע די וויזניצער רבי וועלכע האט מיט א קול געשטיקט פון טרערן אין אן אינערליכע התרגשות געגעבן דעם נאמען 'משה יהושע' נאכן ברית האט די רבי שליט"א געזאגט די קדיש, און אנגעהויבן די ניגון קול רינה וישועה באהלי צדיקים.
נאכן שמחת הברית מילה האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה ווי מהאט געזינגען ניגוני שבח והודאה
ביים סעודת הברית וואס איז פארגעקומען ברוב פאר והדר בכלי זמר ושיר אין די זאל פון בית וויזניץ האט מען ווייטער געדאנקט אין געלויבט על כל תהילתו וחסדיו, די רבי שליט"א האט משמיע געוועהן גאר רירענדע דברות קודש און מאריך געווען בגדלות שמו פונעם רך הנימול נאך אביו הרה"ק בעל 'ישועות משה' זצ"ל.
די סעודת הברית איז פארגעקומען אינעיינעם מיט שמחת השבע ברכות פון א ברודער פונעם אבי הבן און עס האט זיך באטייליגט די זיידע פון כלה הרה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.עס האבן אויך אויפגעטרויטן מיט ווערטער די זיידעס גאב"ד מערב ב"ב, און הרה"צ רבי מאיר לייפער, אזוי אויך הרה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג, און די אבי הבן הרב אהרן יחיאל לייפער האט אויפגעטרויטן מיט הארציגע דיבורים לכבוד די שמחה.די גבאי הצדקה הרה"ח ר' נחמן וייס, והר"ר אשר אנשיל נויימן האבן צאמגענומען געלט לצדקה פון די משתתפים כנהוג, ווען נאך יעדע נתינה האט הרה"צ רבי נחמן בידרמאן געמאכט א מי שברך.מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הרה"צ רבי מאיר לייפער, מיט די הרחמנ'ס די זיידע הרה"צ רבי נפתלי טייטלבוים, שבע ברכות האט געזאגט די זיידע גאב"ד מערב ב"ב, און ברכה אחריתא די זיידע הרה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג.נאכן בענטשן האט זיך די וויזניצע רבי ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיט די חתן און מיט די בני משפחת המלוכה.
Comentários