דאנערשטאג פ' בשלח י"א שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - מיט גרויס התרגשות איז נעכטן, אָפּגעראָכטן געווארן במעון הקודש פון כ''ק מרן ראב''ד ירושלים שליט''א, דער "מסיבת לחיים" לרגל דער ערשיינונג פון די ספרים מועדים וזמנים, ביי וועלכן דער ראש בית דין האָט ברוב רגש אָפּגעגעבן שבח והודי' להשי"ת על רוב רחמיו וחסדיו, צו קענען דערגרייכן דעם געהויבענעם מאָמענט
דער ספר מועדים ומזנים איז געוועהן דער ערשטע ספר וואס דער ראש בית דין האט מחבר געווען מיט העכער 70 יאהר צוריק בשנת תשט''ו אין אַנטהאַלט די חידושי הלכה פון די סיגיוות אין סדר מועד אין הלכה למעשה מסודר דבר דבר על אופנו, אין איז אצינד הערליך שיין איבערגעדריקט געווארן אין א נייעם מהדורה א סעט פון 5 בענדער נאך 10 יאהר פון עמל ויגיעה דורך די מכון מועדים ומזנים, דער ספר אערהאלט הסכמות פון עטליכע פון די סאמע גרעסטע גדולי הדור פונעם פריערדיגן דור צווישן זיי הרה''ק מסאטמאר אין דער טשעבינער רב זי''ע
ביים מעמד האט זיך משתתף געוועהן דער בארימטער פיליאנטראפ אין תומך תורה הנגיד ר' ראובן שאראן וועלכע האט בנדבת ליבו גענימען אויף זיך די הוצאה לאור איבערצודריקן די ספרים, ר' ראובן האט פערזענדליך איבערגעגעבן פארן ראש בית דין די נייע ספרים, דער ראש בית דין איז שטארק נתרגש געווארן אין א לענגערע צייט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט און אַרויסגעברענגט רגשי לבבו פון די שיינע אַרבעט בפרט די הערות אין הגההות פון די גדולי תורה ווי דער סטייפלער גאון, דער מנחת יצחק, רבי שלמה זלמן אויערבאך וואס זיי האבן צוגעשריבן צו די גליונות פונעם ספר מועדים וזמנים
דער ראש בית דין האט געטרינקען לחיים אין געווינטשן לחיים אין זיך באַדאַנקט פאר יעדן פון די חברי הועד, עוזרים ומסייעים, ובפרט פארן נדבן ר' ראובן שאראן הי''ו
תגובות