top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שַׁבָּת הִיא מִלִּזְעֹק • טויזנטער תושבי בארא פארק דעם שבת מיטגעהאלטן ביי האד' מקאסוב לרפו''ש

מאנטאג פ' בשלח ה'תשפ"ג




קול בחצרות - א זעלטענע שבת איז אריבער אויף טויזענטער איינוואוינער אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, מיטלעבענדיג געהויבענע מאמענטן בצילא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפואה שלימה, וועלכער האט טראץ זיין שוואכקייט געפירט דעם גאנצן שבת ווי געווענליך, מיט די באטייליגונג פון טויזענטער אידן וואס האבן מיטגעהאלטן דעם טיש פרייטאג צונאכטס ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן


אויך ביי די תפילות שבת קודש האט זיך אנגעזעהן א ריזן ציבור פיל מער ווי געווענליך, וואס זענען געקומען דאווענען מיטן רבין און צוצוזעהן די הייליגע עבודה במסירת נפש, דער רבי האט פארגעדאווענט די תפילות ווי געווענליך, און אויפגענומען יעדן בסבר פנים יפות


א שטיק צייט פארן טיש איז שוין די ביהמ"ד געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה, טראץ וואס מ'האט צוגערישט פיל מער פלאץ ווי יעדע וואך, הויכשטאקיגע פארענטשעס פון איין וואנט ביז די אנדערע, איז אבער די ציבור געווען פיל מער ווי ערווארטעט, ניטאמאל א נאדל האט מען געקענט אריינשטעקן אינעם היכל בית המדרש


די גאנצע פינף און פוציגסטע סטריט האט דורכאויס די פרייטאג צונאכטס שטונדן געווירבעלט מיט חסידישע אידן, וואס זענען געקומען זעהן און מיטהאלטן פון דערנאנט די עבודת הקודש, דער רבי איז געזעסן על מקום קדשו און געהויבן דעם ציבור בשירות ותשבחות, מעודד געווען בשירה וזמרה מיט די הענט און שטארקע כוחות


דער רבי איז געזעסן עטוואס אפגעריקט פונעם ציבור, און אזוי אויך האבן די משמשים בקודש אנגעטון הענטשקעס צו פארזיכערן א הונדערט פראצענטיגע ריינקייט ארום דעם רבי'ן, נישט צו צוברענגען ח"ו קיין פרישע אינפעקשאנס אדער סיי וועלכע באקטעריעס, וואס איז סכנת נפשות ממש אין די שווערע מצב אין וואס דער רבי געפינט זיך אצינד


אינמיטן טיש האט דער רבי געבעטן צו פארמאכן די פענסטער, נאך וואס עס איז קאלט געווארן פארן רבי'ן. שפעטער ווען דער רבי האט געזעהן אז דער עולם שטייט צושטיפט און עס איז הייס, האט דער רבי געהייסן צוריק עפענען די פענסטער, און געבעטן די שאל מיטן טיליפ זיך צו דערווארעמען פאר זיך, מיט וואס דער רבי האט ממשיך געווען די טיש ביז אין די שפעטע שעות, די טיש האט זיך פארצויגן פאר פינף שעה, לאנגע מינוטן פון התרוממות און קדושת שבת

Comments


bottom of page