מיטוואך פ' משפטים - כ"ד שבט תשפ"ג
קול בחצרות - אין די יעצטיגע טעג גרייט זיך כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א פון מרכז אונטערצונעמען א היסטארישע מסע הקודש קומענדיגע וואך קיין פוילין, די נסיעה "בוני הבית" אינאיינעם מיט די חשובע תומכים, די חסידים וואס האבן זיך שוין אנגערופן מיט פאנטאסטישע סומעס לטובת די מרכז העולמי ישועות משה
ווי באקאנט איז דער ויזניצער רבי ארויסגעקומען מיטן מאסיוון פראיעקט פארגאנגענע יאר זאת חנוכה תשפ"ב, ווען דער רבי האט פראקלימירט די מעכטיגע אויפבוי פונעם גיגאנטישן מרכז העולמי ישועות משה, דער רבי האט דאן געזאגט אז ער וועט ארויספארן אויף א שבת אינאיינעם מיט די אינגעלייט די תומכים צום שטאט וויזניץ אין אוקריינע
אצינד אבער שטייענדיג שוין באלד א יאר אריין אין די שרעקליכע מלחמה צושטאנד אין אוקריינע, איז געטוישט געווארן די פלענער, און דער רבי וועט פראווענען א געהויבענע שבת אין שטאט קראקא אינאיינעם מיט די חסידים די תומכים פון חוץ לארץ, תושבי אמעריקע מאנטריאל און אייראפע, די אלע וואס האבן שוין געגעבן זייער התחייבות פון אכציג טויזענט דאללער און העכער
די חשובע חסידים וועלכע טוען ארויסהעלפן דעם רבי'ן אויפצובויען דעם מרכז העולמי, וועלן האבן די זכיה צו מיטהאלטן דעם היסטארישן שבת אין קראקא אינאיינעם מיט זייערע בני בית, די הויכפונקט פונעם שבת וועט זיין די מעמד התפילה קבלת שבת אין די היסטארישע שוהל פונעם הייליגן רמ"א, נאכפאלגענדיג מיט די ערשטע חלק טיש ביז נאכן זיך וואשן, וואס וועט אויך פארקומען דארט אינעם רמ''א שוהל
דער רבי שליט"א וועט ארויספארן קיין פוילין קומענדיגע וואך מיטוואך, ב' דראש חודש אדר, דורכאויס מיטוואך און דאנערשטאג וועט דער רבי פוקד זיין די מקומות הקדושים אין אייראפע אין באגלייטונג פון א ענגע צאל מקורבים אין משמשים בקודש, דאנערשטאג אויפדערנאכט וועלן די חסידים אנקומען קיין פוילין און זיך פאראייניגן מיטן רבי'ן אין שטאט קראקא, וואו עס וועט געפראוועט ווערן די היסטארישע שבת. מוצאי שבת וועט מען זיך ארויסלאזן קיין ליזענסק אויף א געהויבענע תפילת רבים ביים ציון קודש
הקדשים פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע
Comentários