דינסטאג פ' תרומה ל' שבט תשפ"ג
קול בחצרות - א באריכט פון די לעצטע טעג פונעם היסטארישן ביקור המרומם פון כ''ק האד' מבאבוב שליט''א בעיר הבירה לאנדאן
בעת די זמני כניסה זינטיג פארמיטאג זענען אריין צווישן אנדערע הנגידים הנכבדים ר' אליש ענגלענדער, ר' אשר זעליג לעוו ראש הקהל דסאטמאר און הנגיד ר' זיסקינד לנדא.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען די מעמד קביעות מזוזה פאר די נייע בנין בנות ציון אין שטאט אינאיינעם מיט א מסיבת הוקרה פאר די גרעסערע נדיבים בעם בוני הבנין, די מסיבה איז פארגעקומען אין די נייע בנין אויף א מלכות'דיגער פארנעם און ס'געווען צוגעשטעלט א פת שחרית כיד המלך, עס האבן זיך אנגעזעהן די גרעסערע תומכים הרבני הנגיד ר' אליש ענגלענדער וואס האט געגעבן א סכום הגון פארן בנין, הנגיד ר' ישראל אלטר שלאף פון וויען, הנגיד ר' בן ציון הייטנער פון טאראנטא און נאך, די רב שליט"א איז ערשינען צום מעמד און קובע מזוזה געווען ביים הויפט אריינגאנג און דערנאך מכבד געווען די גרעסערע נדיבים צו קלאפן מזוזות, דערנאך האט די רב אויפגעטרויטען מיט דברות קודש און מרחיב געווען איבער די גרויסע זכות פון שטיצן מוסדות התורה וואס איז די עקזיסטענץ פון אידישקייט און די קיום הדורות
דערנאך זענען אלע נדיבים אדורך מקבל זיין א מטבע לשמירה פונעם רב שליט"א.
נאכמיטאג איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך כלל חסידי באבוב אין לאנדאן לזכר נשמתו הטהורה פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ''ל, די תהלוכה איז ארויס פון שטוב פון הגה"צ רבי בנציון בלום דומ"צ באבוב לאנדאן, די גאסן ארום זענען געווארן גענצליך אפגעשפארט פאר פארקער און בליץ שנעל זענען די גאסן שווארץ געווארן פון טויזענטער חסידי באבוב און פילע תושבי העיר וועלעכע זענען געקומען מיטהאלטען די געהויבענע מאמענטן פון שמחת התורה, די רב שליט"א האט ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר אנכאפענדיג די שוואגער די דיין שליט"א, א מחזה הוד איז געווען ווען טויזענטער אידן זקנים ונערים זענען געטאנתן אויף די גאסן בשמחת התורה אין די קינדער וועלכע האבן באגלייט דער תהלוכה מיט פאקלען אין די הענט, פון דארט האט מען געפירט די ספר תורה צום גרויסן שאטער וואס איז כהרף עין אנגעפילט געווארן מקצה אל קצה
נאך עטליכע מינוט איז די רב ערשינען אינעם שאטער מיט'ן ספר תורה, דער רב איז געטאנצן אינאיינעם מיטן דיין אין דערנאך מיט'ן שוואגער הגה"צ אבד"ק קרית באבוב אין מיט די קינדער פון די שוואגערס דומ"צ באבוב און ראש ישיבת באבוב אזוי אויך האט די רב איבערגעגעבן די ספר תורה און געטאנצען מיט ש"ב הגה"ח ר' לייבל סטעמפעל שליט"א און דאן איבערגעגעבן דעם ספר פאר הנגיד ר' אליש אנגלענדער, די רב איז עטליכע מאל ארויס אין פייערדיגע טענץ מיטן ספר תורה וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בהתלהבות אש קודש און העכערע ספערן וינעו אמת הספים, דערנאך האט מען אריינגעפירט די ס"ת אין ארון קודש און די רב האט פארגעזאגט לדוד מזמור און די קאפעליע האט פארגעזינגען ובנוחה יאמר, די רב האט דערנאך אויפגעטרויטן מיט'ן דרוש לכבוד התורה ארומרעדנדיג וועגן זיך האלטן במסורה אין נאר אזוי קען מען האבן א שייכות מיט די אבות הקדושים, אויך האט די רב ארויסגעברענגט קורת רוחו צוזעהנדיג ווי אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען געקומען מיטהאלטען און פרייען זיך מיט יענעם'ס שמחה.
שפעטער ביינאכט איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פאר א נייע פליגל וואס ווערט צוגעבויעט צום ביהמ"ד און די יציקת הבורות פאר א נייע מקוה טהרה, צום ערשט האט מען געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות דערנאך האט די רב פארגעזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים און דערנאך האט מען צוגעטרויטען צו גיסן די גרינד שטיין פאר'ן בית מקדש מעט, די רב האט אנגעגרייט די מטבעות אריינצולייגן אין די אבן הפינה עפ"י הסדר וואס די רב האט מקבל געווען פון אביו הרה"ק בעל דברי שלמה זצ"ל אין עס אריינגעלייגט אינעם אבן הפינה, און דערנאך געגאסן די פונדעמענט און דאן מכבד געווען די שוואגערס און די קינדער וחשובי העדה נגידים נכבדים צו גיסן דעם אבן הפינה.
ביינאכט איז פארגעקומען אין היכל בית מדרש הגדול די סעודה לכבודה של תורה פאר חסידי באבוב תושבי לאנדאן ווי עס האבן מפאר געוועהן בראש המסובים די רבני העיר הגה"צ ר' ברוך נתן הלברשטאם אבד"ק סאטמאר לאנדאן הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער אב"ד פשעואורסק לאנדאן ווי אויך הגה"ח ר' לייבל סטעמפעל שליט"א אין נאך, אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטרויטן הגה"צ דומ"צ באבוב לאנדאן וואס האט מיט גרויס התרגשות ארויסגעברענגט די זכיה וואס מ'האט אז צדיק זה בא לעיר און געבעטן אז יציאת צדיק עושה רושם אז ס'זאל איבערבלייבן א רישומא דקדושה אויף די גאנצע קהילה און אויסגעשריגען מקרב הלב בשם די גאנצע קהילה קשה עלינו פרידתכם און געבעטן אז די רב זאל זיי שטענדיג אינזין האבן און אויסבעטן פאר יעדן וואס מדארף, דערנאך האט די רב משמיע געוועהן דברות קודש, די רב האט אנגעהויבען אז ער האט געהאט גרויס עגמת נפש זעהנדיג ביים הנחת באן הפינה ווי מען כאפט בילדער מיט סמארטפאון'ס, נאך די דברות קודש פון מוצאי שבת ווי די רב האט קלאר ארויסגעברענגט אז אפילו אזא איינער וואס האט א היתר לצורך פרנסה טאר עס נאר האלטן במקום און בזמן וואס ער ארבעט און די רב האט ווידער אמאל גאר שארף ארומגערעדטאיבער די טעכנילוגישע כלים און די שאדנס וואס אסס ברענגט ביים היימישן ציבור ה"י, און ווידער איבערגעחזרט אז יעדער וואס דארף האבן אזא כלי מוז זיך דורכרעדן פריער מיט א רב און מוז אויך פארמאגן א פשוט'ע סעלעפאון אדער בעסער א טאבלעט, און געזאגט אז ער וועט צוהעלפן מיט געלט פאר די אלע וואס ווילן קויפן א טעבלעט אדער א כשר'ע טעלעפאון און עס קומט זיי אן שווער צוליב געלט, אויך האט די רב מעורר געווען בכלל נישט ארויסצונעמען א טעלעפון ביז נאך שחרית, דערנאך האט די געשמועסט וועגן קדושת התורה ולומדיה און מעורר געווען דעם ציבור צו קביעת עיתים לתורה און עבודת השם און מזאל האבן א מנין קבוע און יעדער שטיבל זאל האבן א מנין וואס מען דאווענט במתינות, איבער די אחדות פון א באבובע שטיבל ובין אדם לחבירו ארויסצוהעלפען איינער דעם צווייטען, און די רב האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו לכל העם הנאספים.
דערנאך איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה דורך חסידי באבוב תשובי אנטווערפען לעילו נשמת זייער אומפארגעסליגן רב הגה"צ ר' משה הלברשטאם זצ''ל אב"ד ודומ"צ באבוב אנטווערפען די רב האט ארומגעשמועסט וועגן ר' משה זיין גדלות בתורה זיין כח הפסק אויף וואס פילע גדולים האבן זיך פארלאזט און אז ער איז געווען א מוסטער פון א פארצייטישע חסידישע רב, די רב האט געשריבען די ערשטע אותיות און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און א ריקוד לכבודה של תורה, מיט'ן בענטשן האט די רב מכבד געווען מחותנו הגה"ח ר' אבא הורוויץ ר"י באבוב לאנדאן.
מאנטאג נאך שחרית האט די געזעגנט דעם ציבור פאר לאנגע שעות, נאכמיטאג האט די רב געדאווענט מנחה בבית האכסניא פארן עמוד האט געדאווענט בחור א יתום פון די סאטמארע קהילה נאכן דאווענען האט די רב אריינגערופן דעם בחור מיט זיין מאמע די אלמנה אינאיינעם מיט די בני המשפחה און געשמועסט מיט זיי און זיי מחזק געווען פאר איבער א האלבע שעה רטאץ די ענגע צייט וואס איז פארבליבן, דערנאך האט זיך די רב ארויסגעלאזט צום עירפארט און ארויסגייענדיג האט זיך דער רב אוסגעדריקט אז פאר דעם שמועס אליינס האט זיך געלוינט די גאנצע נסיעה, אויפן וועג צום עירפארט האט די רב זיך אפגעשטעלט אויף א קורצע באזוך אין גאלדערס גרין אין שטוב פון הנגיד הטפסר ר' שלום לערנער מגדולי תומכי המוסדות.
שפעטער ביינאכט בערך 10 אזייגער האט די פליגער געלאנדעט אין ניו יארק די רב, איז צוגעפארן לביתו נאוה קודש ווי א גרויסע גרופע חסידים האבן אפגעווארט דעם רב אין שלום גענימען.
היינט אינדערפרי איז די רב אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין גרויסן ביהמ"ד די רב האט געלייגט תפילין פאר עטליכע בחורים צווישען זיי הבחור זוהן פון נאמן ביתו הרב משה יעקב ציטראנענבוים, די רב האט געדאווענט הלל פארן עמוד און עולה געווען לתורה און געבענטש גומל, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מהאט געזינגען ברכי נפשי און אשר הניא כנהוג, די רב האט אפגעגעבן א שבח והודאה אז די גאנצע נסיעה איז אדורך בשלום בכל פרטיה ודקדוקיה, און אויך האט די רב דערמאנט דאס אז די וועטער האט מיטגעשפילט און סהאט נישט גערעגנט במשך די גאנצע וואך אין לאנדאן, די רב האט דערמאנט לשבח הרה"ג ר' חיים מאיר וויינגארטען מנהל ישיבת כרם שלמה וואס כאטש אז טייל מגי"ש האבן געפעלט האט ער אריינגעלייגט כוחות שלא יחסר המזג און אויך די הנהלת המתיבתא וואס האבן אכטונג געגעבן אויסצופאלגן הוראת הקודש פונעם רב אז די בחורים זאלן נישט מיטפארן אויף די נסיעה.
מארגן מיטוואך ב' דר"ח אדר וועט די רב אריינקומען צום דאווענען אין גרויסן בית המדרש און דערנאך מעריך זיין שלחנו הטהור לכבוד ראש חודש ווי די פורים רב וועט אויפטרעטן, נאכ'ן טיש וועט זיך דער עולם געזעגענען און שפעטער נאכמיטאג וועט די רב ארויספארן קיין מאנטיבעלא נעבן מאנסי ווי די רב וועט וויילן ביז נאך שבת אויף אפרוה.
Comments