זונטאג פ' תרומה ה'תשפ"ג
קול בחצרות - נעכטן מוצאי שבת קודש ביים פּרעכטיגן דינער ״לעילא ולעילא״ לטובת די סאטמאר מוסדות אין באָראָ פּארק איז געמאָלדן געוואָרן די דראמאטישע נייעס אין בשורה טובה פון הרחבת גבולי הקדושה דורך הרה״ח ר׳ בערל לעפקאוויטש חבר הנהלת המוסדות
בנוכחתו פון כ״ק האד' מסאטמאר שליט״א האט ער מבשר געווען די גליקליכע אנטוויקלונג אז די הנהלת המוסדות איז אריין אין א 20-מיליאן דאלער׳דיגן קאָנטראַקט אָפּצוקויפן אַ פאַרטיגער גיגאַנטישער בנין אדיר וואָס שטייט שוין על תלה בנוי׳ — די ריזן ״תורה תמימה'' געביידע אויף אושען פארקוועי ביים ווינקל פון דיטמאס עוו. וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פארן סאטמאר תלמוד תורה אין בארא פּארק
והבית בהבנותו, דער אויג-פארכאפּנדער בנין , וואָס שטייט שוין ביפי׳ ובהדרה אנטהאלט אין זיך א ריזיגער ביהמ״ד • 50 הערליכע לופטיגע קלאַס-צימערן • 3 רחבות׳דיגע עס-זאַלן • א פולשטענדיגער קאָך • א ריזיגער שפּיל-הויף • מיט רחבות׳דיג פּלאַץ אַריינצונעמען אין זיך העכער 1,200 תלמידים כ״י
בהאי שעתא איז געמאלדן געווארן בהורמנותא דמלכא פונעם רבין שליט''א אז ביי א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש באַשטימט געוואָרן דער שם הבנין ״בנין ליפא פריעדמאן״ לשמו ולזכותו פונעם ״יושב ראש ועד קרן הבנין״, הרבני הנגיד מוה״ר ליפא פריעדמאן זוהן פונעם משמש הקודש הרה״ח ר׳ משה פרידמאן, וועלכער האט מנדב געווען דעם פאַנטאַסטישן סכום פון ״5 מיליאן דאלער״! פאר׳ן אפּקויף פונעם בנין, און האט זיך פּערזענליך אפּגעגעבן אדורכצופירן דעם מקח הכביר, ובשביל שמסר נפשו וממונו עלי׳ נקראת על שמו לשם ולתפארת ולתהלה
די הנהלת המוסדות האט אין די זעלבדע צייט פּראקלאמירט אַז מוסדות סאטמאר בארא פּארק נויטיגט זיך יעצט אין אסטראנאמישע געלטער אַדורכצופירן די צוויי היסטאָרישע פּראָיעקטן 1. דאס אָפּקויף פונעם בנין הת״ת האדיר החדש און עס נאָך מער פאַרשענערן ברוב פּאר והדר 2. דאס אויפבוי פון בנין הבית רחל החדש וואָס מ׳הייבט אן צו גראָבן אין די קומענדיגע עטליכע וואכן בסייעתא דשמיא
Comments