top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט • חתונה אין די הויפן פון דאראג - ספינקא - בערגסאז

דינסטאג פ' תרומה ל' שבט תשפ"ג | קול בחצרות


מיט גרויס דערהויבנקייט האָבן זיך הונדערטער חסידים מיטגעפרייט ביי די שמחת החתונה בחצרות הקודש דאראג - ספינקא - בערגסאז וואָס איז פייערליך אָפּגעראָכטן געווארן נעכטן מאנטיג אין בית מדרש הגדול דאראג אין בני ברק


עס איז בשטומ"צ געגאַנגען אונטער די חופּה החתן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, בן לבנו הרה"צ ר' אפרים פישל ראזענפעלד, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבערעגסאז בית שמש שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, בת לבנו הרה"צ ר' ישכר בעריש ווייס, איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע דאמב שליט"א רב הוד השרון.


ביים מעמד קבלת פנים האבן מהנה געוועהן די דאראגער קאפעליע, און די משוררים בחצה"ק ספינקא, אין שפיץ פונעם בארימטן בעל מנגן ר' יענקי דסקל ראש המשוררים בחצר הקודש וויזניץ.


מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן מחותן מצד הכלה הרה"צ ר' אברהם שמואל האגער בן כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א.


די ספינקא רבי האט פארגעזינגען היה עם פיפיות בנוסח ימים נוראים כנהוג, דאן האבן די אדמורי"ם אנגעטוהן פארן חתן דער קיטל פון הרה''ק מבעלזא זי''ע וואס ליגט באוצרו הטוב פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מבערגסאז בית שמש.


ביים מעמד החופה איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, די ברכות ראשונות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס כ"ק אדמו"ר מבערגסאז, און הגה"צ רבי יהושע דאמב, די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר משאץ אשדוד און הגה"צ רבי יצחק אייזיק ווייס רב חסידי ספינקא, ברכה אחריתא דער זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


ארום 9:30 זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, און זענען ענטפאנגען געווארן לקול תרועת הזמר, מען האט ממשיך געווען מיט ריקודים ווען אינצווישן זענען זיך געקומען באטייליגן מערערע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מסאדיגורא - אלכסנדר - סטריקוב - נאראל - פיטסבורג - קרעטשניף סיגעט - שבט הלוי - זוטשקא אמסנא - שאץ וויזניץ - קאזמיר - ביאלא רמת אהרן -הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לנדא גאב"ד בני ברק - גאב"ד ביליץ - גאב"ד מאקאווא אשדוד - די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מבערגסאז - האחים האדמורי"ם מביאלא פשיסחא - הגה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמסטריווקא און נאך.


דורכאויס די סעודת החתונה זענען די זיידע'ס האדמורי"ם ארויס אין פייערדיגע ריקודין מיט די חתן און מחותנים, באזונדער איז די דאראגע רבי געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיט שאר בשרו די סאדיגורא רבי, און די זיידע די ספינקא רבי איז געטאנצן א ריקוד מיט מחותנו כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ אויף די טראדיציאנאלע וויזניצער ברידער טאנץ.


די פעטער כ"ק אדמו"ר מבערגסאז האט געבענטשט על הכוס, און מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די קרובי המשפחה.


נאכן בענטשן האט מען צוגעטראטן צום מצוה טאנץ. צום ערשט האט די זיידע כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פארגעזינגען אלקא דיליה און נאך ניגונים מיט גרויס דבקות און אפגעראכטן די ריקודין של מצווה בעוז ותעצומות, דערנאך זענען געטאנצן די זיידעס כ"ק אדמו"ר מבערגסאז, און הגה"צ רבי יהושע דאמב אב"ד הוד השרון, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות איידער די מצווה טאנץ פון די זיידע כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, און די גאנצע ציבור איז א דארעך זיך וואונטשן לחיים ביים רבין און דאן איז די רבי שליט"א געטאנצן לפני הכלה און דערנאך מיט די חתן און מחותנים


מען האט פארענדיגט די חתונה נאך צוויי אזייגער אויפדערנאכט

Kommentare


bottom of page