דינסטאג פ' וישב • כ"ב כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
ווידיאו קרעדיט: סאטמארע נייעס
נעכטן ביום כ''א כסליו ביים מעמד ההודאה בהיכל המתיבתא אין קרית יואל האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ביים סוף פון די דברות קודש באגריסט דעם חשובן גאסט וואס איז געקומען רעדן פאר די בחורים הרה''ג רבי יעקב שפירא רב דק"ק בעיסוואטער ומרבני נטרונא, די רבי האט פארציילט א מעשה פונעם ישמח משה זי"ע ווי ער האט געזאגט אז פון ווי זעט מען אז מען מיינט כבוד התורה און נישט כבוד עצמו? אז מען זעט אז מען איז מכבד א צווייטע תלמיד חכם און מען פילט די זעלבע ווי מען איז ווען זיך מכבד איז א סימן אז מען מיינט כבוד התורה.
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט אינמיטן א שווערן קאמפ מיט די גזירות החינוך אין ניו יארק און אויב אמאל האט מען געפילט אז מען איז א קול קורא במדבר און קיינער הערט נישט אויס, הערט מען היינט אז עס איז שוין ב"ה דא נאך חשובע רבנים וואס זענען עוסק אין דעם ענין און געלויבט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן, צווישן אנדערע דער חשובער גאסט הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א, און דער רבי האט דערמאנט די אסיפה די וואך פון די רבנים מיט דער ספיקער פון קאנגרעס מייק דזשאנסאן וואס איז די דריטע גרעסטע מאכט אין וואשינגטאן, און דער רבי האט געזאגט אז טראץ וואס ער האט ערשט היינט געהערט פון דעם אסיפה און ער האט נישט קיין שייכות מיט דעם האט ער אבער שטארק הנאה און דאנקט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן און בעזר השם וועט מען אויפטוהן און אפשלאגן די גזירה, און דער רבי האט מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב שליט"א צו פארציילן וואס דארט איז געווען, און דערנאך זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן הצלחה פאר די רבנים און עסקנים להעביר את רוע הגזירה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
Comments