דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: שמואל דריי
מה נהדר היה המראה, ווען עס האבן זיך היינט נאכמיטאג צונויפגעזאמלט ראשי שבטי ישורון, א פארמירונג פון גדולי ומאורי תורה, אדמורי"ם ורבנים און מנהיגי קהילות הקודש, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביי די דרינגענדע אסיפת חירום, בביתו נאוה קודש פונעם פאר הדור, כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ווא עס איז געגרינדעט געווארן דעם "קרן כלל ישראל", אלס פאראייניגטע צענטראלע פראנט קעגן די שרעקליכע גזירת הגיוס וואס שוועבט אויפ'ן גאנצן יהדות החרדית אין ארץ ישראל.
ביי די אסיפה האבו זיך משתתף געוועהן: מרנן האדמור"ים מבוהוש, פינסק קארלין, וויזניץ בית שמש, סטריקוב, שבט הלוי, הגאון רבי משה צדקה ראש ישיבת פורת יוסף, הגאון ר' שלמה יהודא הירש שליט"א חבר בד"ץ עדה החרדית, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק, הגאון הצדיק המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב, הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבוים שליט"א ראש ישיבת חיי משה, הגאון המקובל רבי אביש ציינווירט שליט"א ראש ישיבת אנשי מעמד, הגאון רבי יוסף משה שניארסאהן שליט"א ראש ישיבת טשעבין, הגאון רבי משה ברזובסקי שליט"א ראש ישיבת סלונים, הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אב"ד וויזניץ אלעד, הרה"צ רבי דוד טווערסקי שליט"א רב דק"ק ראחמיסטריווקא ירושלים, און הרה"צ רבי אהרן טווערסקי אב"ד טשערנאביל ירושלים, בן כ"ק האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א
די אסיפה איז געעפנט געווארן דורכ'ן לוחם מלחמת ה' ומראשי עסקני הקרן, הרה"צ רבי יוסף דוד שעכטער שליט"א, נכדו חביבו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א, וועלכער האט מיטגעטיילט פאר די רבנים איבער'ן צערו של צדיק, ווי ווייט דער זיידע שליט"א ווייטאגט אויפ'ן מצב פון די גזירה, און האט פערזענליך פאררופן די אסיפה, צו מטכס עצה זיין ווי אזוי מ'קען אראפשטעלן א כח הצלה אפצוראטעווען די 63 טויזנט בחורים פון מיליטער.
פייערדיגע דיבורים זענען דאן געהערט געווארן דורך הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א, ראש ישיבת פורת יוסף ומגדולי מנהיגי יהדות ספרד, וועלכער האט אויסגעשריגן דעם פליכט וואס ליגט אויף אונז עד כדי מסירת נפש, זאגנדיג אז אויב אויף א לאוו אין די תורה מוז א איד געבן זיין גאנצע פארמעגן נישט עובר צו זיין, כל שכן ווען מ'רעדט פונעם גזירת הגיוס לצבא השמד, וואס איז עקירת כל התורה כולה, רח"ל.
דאן האט מען געהערט די דיבורים נלהבים פון הגאון רבי משה ברזובסקי שליט"א ראש ישיבת סלונים, וועלכער האט אנגעוויזן אויף די וויכטיגקייט אז דער ציבור זאל באגרייפן דעם שווערן מצב, אז דאס וואס מ'האט געוואוסט ביז היינט, אז א בחור וואס איז תורתו אומנות באקומט א דיחוי, איז מער נישט דא, און לויט'ן יעצטיגן מצב, בדרך הטבע, וועט מער נישט זיין די פריערדיגע מציאות, דעריבער ליגט אויף אונז א חוב קודש ארויסצוגיין אין מלחמה אדירה צו ראטעווען יעדן איינציגן בחור פון אנקומען אינעם שמד הגיוס.
בקול חוצב להבות אש האט דאן געלאזט הערן זיינע דיבורים בוערים הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, איבער'ן חוב וואס ליגט אויף יעדן איינעם צו באגרייפן דעם סכנת שמד, און יעדער מוז טון וואס נאר ביכלתו צו העלפן די עסקנים וואס זענען עוסק במלאכת הקודש צו ראטעווען די בחורי ישראל פון די גזירת הגיוס.
דער משפיע האט מיטגעטיילט אז אין זיין קהילה האט ער ארויפגעלייגט א התחייבות אויף יעדן יונגערמאן צו געבן לכל הפחות טויזנט דאלאר פאר די מערכה כבידה, און ווער ס'קען געבן מער, דארף אוודאי געבן מער. דער משפיע האט צוגעצייכנט אז אלע געלטער וואס קומען אן צום קרן ווערט איבערגעזיכט און איז אונטער'ן פיקוח פונעם וועד הרבנים וואס איז געשטעלט געווארן דערויף, וואס זיי באגלייטן די דרכי פעולה, און זענען אחראי אז אלעס פירט זיך מיט א פארלעסליכקייט.
הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבוים שליט"א האט איבערגעגעבן דעם דבר ה' זו הלכה, נאכזאגנדיג פונעם הייליגן חזון איש זצ"ל אז דאס גייט אריין בגדר "יהרג ועל יעבור!", און עס ליגט אויף אונז אלעמען צו מתפלל זיין מעומק הלב אויפ'ן ביטול הגזירה, און טראגן אינאיינעם אן אחריות צו העלפן די פעולות הצלה דורכ'ן "קרן כלל ישראל", און דערמיט גאראנטירן אז אפילו דער שוואכסטער בחור קומט נישט אן אין מיליטער.
א חרדת קודש האט זיך אראפגעלאזט אין צימער ווען דער צדיק נשגב, הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט משמיע געווען זיינע דברות קודש מלהבות אש, אויסשרייענדיג אז גיוס צום מיליטער איז א "שמד נורא", דאס נעמט אריין די סאמע הארבסטע עבירות ממש, פארציילנדיג ווי בחורים וואס זענען ליידער אנגעקומען אין מיליטער האבן אים פערזענליך פארציילט און זיך מתודה געווען אויף די שרעקליכע נסיונות מיט וואס זיי זענען דארט אריבער, און עס ליגט א חוב אויף יעדן איינעם צו טון וואס מ'קען זיכער צו מאכן אז קיינער קומט נישט אן אין מיליטער.
ביי דער אסיפה איז אויך איבערגעגעבן געווארן די דברי ברכה דורך מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ספעציעל צו די אסיפה, אז "עס איז א מצוה גדולה און חוב קדוש צו שטיצן די עסקנים וואס זענען אובערמידליך עוסק בהצלת נפשות ממש, אז מ'זאל ח"ו נישט אריינפאלן אינעם נעץ פונעם מיליטער, וואס זייער כוונה איז צו פאנגען נשמות ישראל לבאר שחת, און בוודאי וועלן אלע עוזרים און מסייעים געבענטשט ווערן בכל ברכות האמורות בתורה וכל טוב סלה".
די אסיפה איז געשלאסן געווארן מיט א געהויבענע און ערנסטע שטימונג, אויפשטורמענדיג א פייערדיגע התעוררות עצומה און ערוואכונג-כוואליע ביים גאנצן יהדות החרדית לשמור ולקיים די הוראת הקודש פה אחד פון די מנהיגי הדור להציל ולהושיע, און דערמיט פארזיכערן דעם עתיד און קיום פון כלל ישראל בארה"ק.
Comentarios