דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
'תולדות אהרן - אידישע תאוות' פארפאסט דורכן טאלאנטפולע בדחן ר' מאטי אילאוויטש הי"ו לכבוד די שמחת החתונה בבית הנגיד ר' מרדכי קרויס הי"ו מגדולי תומכי ועסקני ק"ק תולדות אהרן.
הגה"צ רבי ישראל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק ביים איינקויפן ספרים אויף חנוכה אין די 'ספרי הישיבה' ספרים געשעפט נעבן די מירער ישיבה אין ירושלים.
ניטל נאכט אין די ליבאוויטשער הויפטקווארטיר 770 איסטערן פארקוועי.
דער הויז בחור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע הרה"ח ר׳ נפתלי לעבאוויטש שליט"א טאנצט מיט הרגשים זיך דערמאנענדיג מיט נאסטאלגיע די בענקענדיגע זכרונות און די שמחה וואס פלעגט דורכנעמען דעם ציבור בשעת דער בעל הנס פלעגט אריינקומען צו דער סעודת הודאה. אויך ווערן געזען הנגיד הרה"ח ר׳ חיים הערש ליימזידער, און די הויז בחורים פון רבי׳ן זי"ע הרה"ח ר׳ מאיר שניצלער און הרה"ח ר׳ משה גפן.
וויכטיגע הלכות און אנווייזונגען פון הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א פאר די תושבי העיר אין ליכט פון א מכשול אין די שטאטישע עירוב.
בדחילו ורחימו: מרן הגאון ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע ביים אנגרייטן זיין מנורה צום יו"ט חנוכה מיט א שמחה של מצווה.
האד' מסאטמאר באדאנקט זיך פאר הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו נאך זיין פייערדיגע אויפטריט דעם כ"א כסלו אין בארקלעיס.
מנהג ישראל תורה: האד' מליסקא ביים שפילן שאך מיט א אייניקל אום ליל ניטל.
מרוגש'דיגע פרעזענטאציע אויפטריט ביים כינוס חסידי סאטמאר די וואך דורך הילד החשוב מתלמידי המוסדות, אינאיינעם מיטן בעל מנגן ר' הערשל וויינבערגער הי"ו מחשובי הורי המוסדות.
א קונסטליכע מנורה געמאכט פון ריין אייז וואס די שלוחי חב"ד אין סיביר האבן געלאזט אויפשטעלן ברחובה של עיר לכבוד יו"ט חנוכה.
האד' מטאהש אין די פמלי' חסידים ביים אנקומען אינעם לופטפעלד אין קראקא, אין ראם פונעם מסע הקודש דורכן רבי'ן שליט"א צו די קברי אבות אין אייראפע.
ביים סעודת הילולא פונעם סבא קדישא רבי אלמילך מטאהש זי"ע אינעם בנין הכנסת ארחים אין טאהש, אונגארן.
די נייע ניגון 'קטנתי מכל החסדים' פארפאסט דורך הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א מיט אידישע ווערטער, געזינגען ביי די חתונה פונעם יונגסטן קינד ביים קארלסבורגער רב שליט"א פאריגע וואך.
דער לעגענדארער קלארנעטיסט ר' בנציון משה ראזענבערג, וועלכער האט יארן לאנג אנגעפירט מיט דער קול מצהלות באנד און געשפילט ביי יעדער סאטמארער מאורע, פארפעלט נישט קיין כ"א כסלו אין סאטמאר. די עסקנים האבן פאר איהם אויפגעשטעלט א באזונדערן מיקראפאן הינטערן סטעידזש צו קענען אנהאלטן זיין לאנג-יעריגע טראדיציע.
די פידלען ביים הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש נדבורנא ביים זינגען דעם ניגון התעוררות וואס איז מיוחס צו הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע.
די אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין א טאנץ די וואך ביים שמחת הבר מצוה פונעם רבינס אייניקל הב' מרדכי אליעזר זאב ראזענבוים ני"ו.
האד' מפינסק קארלין איז מתפלל קעגן דעם ציון הק' פון הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זצוק"ל אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה זייענדיג א כהן.
הנגיד ר' יונה ליפשיץ הי"ו ביים שענקען זיין נייעם 'יונגערליך' אלבום פאר מורו ורבו האד' ממונקאטש וועלכע האט ווארעם אנגעוואנוטשן ר' יונה הצלחה אויף ווייטער צו קענען מפיץ זיין היימישע ערליכע נגינה.
הגה"צ רבי יוסף דוד שנעבאלג אבד"ק שערי תפילה ביים מסיבת חנוכה מיט חסידיו ומעריציו.
אפצוצייכענען דעם 15'טן יארטאג פונעם גרינדונג פון די פאפולערע 'די וואך' אויסגאבע איז בייגעלייגט אינעם היינטיגן די וואך פעקל, די היסטארישע ערשטע אויסגאבע פון די וואך, וואס איז ערשינען מיט גענוי 15 יאר צוריק ער"ש פ' מקץ תש"ע.
א פרייליכע ריקוד ביים חתונה פאריגע וואך פון החתן ליפא דייטש ני"ו משב"ק האד' מסאטמאר מיט די הויז בחורים וועלכער האבן משמש געוועהן לפני ולפנים דורכאויס די לעצטע 10 יאהר.
נס חנוכה אין 770, וואו מ'האט צוגעגרייט משקה פאר 8 טעג און עס איז אויסגעגאנגען אין 1 טאג...
דער בעל מנגן ר' הערשי וויינבערגער הי"ו ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מסאטמאר ביים 'כינוס חסידי סאטמאר' אין בארקלעיס נאכן מהנה זיין מגרונו ביים מעמד.
די הונדערטער ספרים וואס חסידי וויזניץ האבן געשאנקן אלס 'דורון דרשה' פארן בר מצוה בחור מרדכי אליעזר זאב ראזנבוים ני"ו נכד האד' מוויזניץ, אויסגעלייגט ברוב פאר והדר ביים שמחת הבר מצוה.
האד' מזוטשקא אמסנא ביים פידל שפילן ביי די שמחת הוואך נאכט לבן הנולד ביי מקורבו הרב חיים יצחק ווייס הי"ו
די טויזנטער חנוכה מטבעות גרייט בקודש פנימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס די רבי האט געבענטשט און וועט פארטיילט ווערן פאר די חסידים איבער די גארער וועלט.
האד' מסאטמאר ביים פאלאזן די ישיבה הקדושה אין קרית יואל די וואך אינעם ערשטן שניי פונעם ווינטער סעזאן.
ביים היסטארישן 'כינוס חסידי סאטמאר' אין בארקלעיס האט 'קרישקעס' באמערקט צווישן די טויזנטער משתתפים די בארימטער 'JDN' חבריא, ביים פייערן דעם נס ההצלה אינאיינעם מיט די רבבות סאטמארער חסידים.
אין די היימישע 'כתר' קלאודינג געשעפט האט 'קרישקעס' באמערקט הגאון ר' חיים עוזר שטערנבוך שליט"א און זיין זוהן הרב דוד שטערנבוך יד ימינו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' ביים איינהאנדלען א נייעם בעקיטשע פארן גאון לכבוד יו"ט חנוכה.
האד' מדושינסקיא האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אין ביהמ"ד 'תורת חכם' אין מאנסי בעת דעם רבינס באזוך אין אמעריקא.
הגאון הצדיק רבי בנימין פינקל משגיח ישיבת מיר ביי שלש סעודות בצל האד' מצאנז, וויילנדיג אין נתניה אויף אפרוה.
די דריי אדמור"ים לבית שאץ און א ברודערליכע שמועס ביים שמחת הברית די וואך לנכד האד' משאץ אשדוד.
האד' מתולדות אברהם יצחק ביים אריינשרייבן די אותיות אינעם ספר תורה וואס זיין פלאמעניק האד' ממעזיבוזש האט אריינגעגעבן דעם י"ט כסלו לבית מדרשו אין פתח תוקה.
האד' מסאדיגורא ביים אפשערן אן איר אייניקל פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, א זוהן ביי נכדו הרב ישכר בער האגער.
האד' מבוהוש באשיינט ביי די חתונה די וואך אין בני ברק פון החתן זוהן פון הנגיד החסיד ר' חיים פסח ריינער הי"ו מגדולי תומכי המוסדות.
האד' מסאטמאר איז מעיין אין די פרישער באנד פונעם רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פונעם רבי'ן שליט"א מיט גדולי ישראל וואס איז ערשינען צום היי יעריגן דינער כ"א כסלו.
מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים שמחת החלאקע פון א דור רביעי בליע"ה, א זוהן פון נכדו חביבו ונאמן ביתו הרב דוד שטערנבוך.
הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמו"רי בית סאטמאר ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מסאטמאר ביים 'כינוס חסידי סאטמאר' אין בארקלעיס נאכן דראמאטישן מעלדונג אז הנגיד ר' ליפא פריעדמאן שליט"א שענקט דעם ריזן סכום פון 'פינף מיליאן דאלער' לטובת דאס אויפבוי פונעם תלמוד תורה 'בנין עטרת יואל' לכבוד בית אבא.
המשפיע ר' יוסף יצחק דזשעיקאבסאן שליט"א וועלכע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אויפצוטרעטן ביים צענטראלער י"ט כסלו פארברענג אין ירושלים באזוכט במעונם פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א און הגדול רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון.
האד' מסאטמאר באגריסט דער ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס בעפאר די גרויסער מעמד הודאה לרגל כ"א כסלו.
די הערליכע פלעק פונעם בארימטן 'אנ"ש בלעטל' און 'קול אנ"ש' דחסידי תולדות אהרן ביים שמחת החתונה די וואך פונעם מייסד המערכת הנגיד ר' מרדכי קרויס הי"ו מגדולי תומכי ועסקני ק"ק תולדות אהרן.
הגה"צ רבי שלמה זלמן פריעדמאן אבד"ק סאנטוב בקודש פנימה ביי האד' מוויזניץ לאנדאן בעת דעם רבינס באזוך אין לעיקוואד.
א ברכת מזל טוב פארן בעל מנגן ר' מנדי ווייס, לרגל די שמחת הבר מצווה פון זיין זון ני"ו, ביים שמחת הבר מצוה ווערט געזעהן הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד.
א ברכת מזל טוב לכבוד ידידנו החתן החשוב מרדכי ראטענשטיין ני"ו לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ולמזל טוב.
א ברכת מזל טוב לכבוד מוה"ר יוסף חיים אויסטערליץ הי"ו בעל מציון מארקעטינג לרגל שמחת אירוסי בתו הכלה למזל טוב.
'קרישקעס' טוט וואונטשן אן הארציגן ברכת מזל טוב לכבוד ידידינו הר"ר יצחק אייזיק המאירי הי"ו מראשי וממייסדי מערכת 'קול בחצרות', לרגל די שמחה הגדולה מיטן געבורט פון בנו בכורו למזל טוב. די שמחת השלום זכור קומט פאר די וואך שבת - שבת חנוכה ביים טיש בחצר הקודש דאראג.
Comments