top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּזֹא"ת יָבֹא אַהֲרֹן אֶל הַקֹּדֶשׁ • התרגשות'דיגע מאמענטן לסיום ימי החנוכה בצל כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

מאנטאג פ' ויחי • ו' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

טויזנטער סאטמארער חסידים זקנים עם נערים האבן מיטגעלעבט התרגשות'דיגע מאמענטן לסיום ימי החנוכה ביי די הדלקת הנרות און מסיבת לחיים אום זאת חנוכה בצל הקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל.


לקראת דעם סיום פון די ימי החנוכה, איז דער ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, אהערגעשטעלט געווארן אויף א פרישן פארנעם, מיט נאך מער פארברייטערט פלאץ, און דער גאנצער ביהמ"ד מיט אלע פליגלען זענען אריינגענומען געווארן אלס טייל פונעם ביהמ"ד, צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער אידן, תושבי קרית יואל און אורחים פון אנדערע מקומות, וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן דעם סיום הימים פון די ימי החנוכה בצל הקודש.


צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען, און האט מדליק געווען את המנורה מיט גרויס התהלבות. גלייך דערנאך בעת דער רבי שליט"א האט געזאגט די מזמורים און פיוטים, האט א ימים נוראים'דיגער אטמאספערע געהערשט אין ביהמ"ד ביים גמר מסירת הפתקין, ווען מען האט צוזאמען געזינגן דעם אויסגעווייקטן נענועים ניגון וואס האט יעדן איינעם אריינגעצויגן אין א העכערע אטמאספערע.


דאן האט די קאפעליע מנגנים פארגעזינגן "הנרות" און "מעוז צור" און כנהוג האט מען דערנאך מוסיף געווען צו זינגן "מזמור שיר חנוכת" מיט אן אלטן ניגון, און די רבי האט דערנאך פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע.


נאך די הנרות, האט דער רבי שליט"א זיך געזעצט אויפ'ן פלאץ, אויף צפון זייט פון ביהמ"ד הגדול, ווען דער גאנצער היכל ביז צו די אנדערע זייט ביים וואנט, איז געווען מלא על כל גדותיו פונעם ריזיגן ציבור משתתפים, זקנים עם נערים וואס האבן געזינגן ניגוני דביקות והודאה.


דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש און האט מקדים געווען דברי פלפול ודרוש אויף די גמרא אין מסכת שבת, מעניני נס חנוכה וסוגיא דכבתה, דער רבי שליט"א האט דערנאך ארומגערעט בדרך אגדה און מאריך געווען בקול בכי אז אין די חנוכה טעג דארף מען מתפלל זיין אויף ערליכע קינדער זאלן נישט פאשען אויף פרעמדע פעלדער מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און אינצווישן האט די רבי ממשיך געווען בדברותיו און בתוך הדברים מעורר געווען אויף רפואות פאר אידישע קינדער, און ארומגערעט אז ימי החנוכה איז מסוגל אויף עריבות ומתיקות התורה, און יגיעת התורה, און איבער דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים וחסדים, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב.


מחיל אל חיל האט די אטמאספערע זיך געביטן ווען די קאפעליע מנגני האבן אנגעהויבן צו זינגן ניגוני שמחה, הודאה ושבח, געמישט מיט ניגוני חנוכה, זייענדיג מסיים די ימי החנוכה מיט אזא געהויבענעם דביקות.


נאך א לענגערע צייט מאריך זיין מיט נגינה, האט דער רבי שליט"א געטרינקן לחיים, און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך זענען די קאפעליע מנגנים און בחורי חמד צוגעקומען צום רבי'ן שליט"א וועלכע האט פאר יעדן פארטיילט א סעט פון ספרו לב אהרן אויף מועדים כאות הקרה והערכה פארן מהנה זיין במשך די ימי החנוכה.


ביום זאת חנוכה האט די רבי געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד', ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל מיט גרויס התעוררות. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און האבן דערנאך איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פארן רבי'ן געהאלפן צו ווען יעדער באזונדער מיט זיווגים הגונים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש פאר אלע בחורים נאכזאגענדיג אז חנוכה דארף זיין 'איש וביתו' און איז מסוגל פאר שידוכים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים, דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות חנוכה געלט פאר אלע בחורים.


גלייך נאכ'ן  מסיבת לחיים האבן די בחורים צוגעגרייט דעם גרויסן שטח פארנט פונעם בנין הישיבה, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד "שריפת הפתילות" כמנהג ישראל, צו פארברענען באזונדער די קנויטן פון די נרות חנוכה. דער רבי שליט"א איז ערשינען אויפ'ן שטח וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידי הישיבה, צוזאמען מיט די מגידי שיעור ומרביצי תורה דער רבי שליט"א האט אריינגעווארפן די אפגעברענטע די אפגעברענטע פתילות אינעם פייער, בעת די בחורים שטייען ארום און האלט מיט התרגשות. גלייך דערויף האבן די בחורים זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד בעת די רבי שליט"א האט מעודד געווען די ריקודין און די ניגונים מיט א געוואלדיגן ברען און התרגשות.


נאכמיטאג נאך מנחה איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון די ניין סניפי ישיבות קטנות פון די מוסדות הק' אין קרית יואל, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני חנוכה וימים נוראים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, צום ערשט לענגערע דברי דרוש ופלפול בעניני חנוכה, און דערנאך ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים, צווישן אנדערע בעניני טעכנעלאגיע, שטארק מעורר געווען נישט צו רעדן מיט די תפילין, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די בחור'ישע יארן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
















































Comments


bottom of page