דאנערשטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט געשפאנטע רגשי הלבבות רישן זיך מאסן חסידים ומעריצים לבית קאסוב מיטצולעבן דעם היינטיגן שב"ק פר' חקת אין שטאט בארא פארק בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, דער "שבת ראשונה" נאכ'ן איבערנעמען די כתר ההנהגה פונעם גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל.
לרגל דעם גרויסן שבת זענען ערווארטעט פילצאליגע געסט וואס קומען צו פארן פון אומעטום, ספעציעל פון די קעטסקיל בערג, ווען מאסן תושבי העיר וואס וויילן די יעצטיגע וואכן אין די קאנטרי, וועלן אויף דעם שבת אריינקומען אין שטאט אריין מיטצולעבן דעם שבת הגדול בצלו דמהימנותא פונעם נייעם קאסוב'ער רבי'ן שליט"א. די עסקני הקהלה זענען טעטיג מיט העפטיגע אש"ל אראנדזשירונגען צו קענען פלאצירן אלע געסט על צד היותר טוב.
דער רבי שליט"א וועט מעריך זיין אלע תפילות און טישן אויף א געהויבענעם פארנעם, און וועט ערוועקן רגשי געגועין וכיסופין ביים גאנצן ציבור וואס זענען נאך שבורים ורצוצים פונעם ביטערן בראך בהסתלקותא דמר, און וועלן זיך מחזק זיין און שעפן חיות דקדשו בצל ברא כרעא דאבוה דער קאסוב'ער רבי שליט"א.ספעציעל קוקט מען ארויס אויפ'ן קלימאקס פונעם שבת, די טיש פרייטאג צונאכטס, וואס דער רבי וועט פראווען פון "כל מקדש" און ווייטער, כמנהגו בקודש פונעם פאטער ז"ל, אריינצוקומען צווישן ציבור פון כל מקדש.
נאך שבת וועט זיך דער רבי ארויסלאזן אויפ'ן וועג קיין ירושלים עיה"ק, און זיך אויפהאלטן די קומענדיגע זומער וואכן אין זיין ביז איצטיגע מעון הקודש, ווען עס וועט דורכאויס די פאר וואכן אפגעראכטן ווערן א רייע פון מעמדי קבלות פנים און עצרות הספד בזמן שהצדיק בעיר. אויף חודש אלול וועט זיך דער רבי אהיימקערן קיין ניו יארק, וואו ער וועט אפרעכטן די ימים הנעלים אינעם ירח האיתנים בקרב עדת צאן מרעיתו אין שטאט בארא פארק.
Comments