דינסטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין דער שטאט אנטווערפען איז פארלאפענעם זונטאג אווענט אפגעראכטן געווארן אן עלעגאנטע מסיבה "בכתף ישאו" לטובת די שטאטישער תלמוד תורה 'תפארת יעקב אין שפיץ פון די נשיאי התלמוד תורה כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ואתו עמו הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א און די רבני העיר אנטווערפען.
די מסיבה איז פארגעקומען אין די זאלן פונעם בנין התלמוד תורה החדש, מיט די השתתפות פון א ענגע קרייז נדיבים בעם קרואי מועד, תושבי העיר וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים להחזקת התלמוד תורה. אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, דערנאך האט די פשעווארסקער רבי שליט"א איבערגעגעבן ברכת קדשו ארומרעדנדיג בשבח המוסד און אנגעוואונטשן אלע תומכים און עסקנים. דאן האט אויפגעטראטן מיט א דרשה בנוכחתו פונעם רבי'ן שליט"א הרה"צ רבי שלום אלימלך הלברשטאם שליט"א חדב"ן. ביים ענדע זענען אלע נגידים דורך אייניצווייז און ערהאלטן א בשמים האלטער פונעם רבי'ן שליט"א אלס מנחת זיכרון.
Comments