דינסטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: דוד כהן
יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז געמאלדן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, אז די אפעראציע וואס דער רבי איז אריבער יעצט אין שפיטאל, איז ב"ה באקרוינט געווארן מיט הצלחה.
ווי ברייט באריכטעט איז דער רבי היינט מיטאג אריבער א קאמפליצירטע אפעראציע אויפן קאפ אין די איכולוב שפיטאל אין תל אביב, נאך וואס דער רבי האט די לעצטע תקופה געליטן פון מיחושים אויפ'ן קאפ. אין די קומענדיגע טעג וועט דער רבי זיך ווייטער ערהוילן אין שפיטאל בעז"ה. בעת כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה, מרן דוד בן שרה גרינא לרפואה שלימה.
חסידי ראחמיסטירווקא די בכל אתר ואתר זענען געוועהן פאראייאיניגט בכח תפלות רבים מעתיר זיין לדבר ישועה ורחמים בשעת די אפעראציע ביים רבי'ן שליט"א. אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא האט מען זיך צוזאמגענימען צוויי אזייגער מיטאג אויסצוזאגן גאנץ ספר תהלים ברוב עם, אויך איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסער מנין תהילים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי אויסצופועל'ן א גאנצע רפואה פארן רבי'ן, און אין אלע שטיבלעך און ישיבות הקדושות דחסידי ראחמיסטריווקא איבער די גאנצע וועלט וועט מען מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים אז אלס זאל דורכגיין כשורה און די רבי זאל צוריק קומען צו די כוחות מיט א בריאות השלימות.
Comments