דאנערשטאג פ' ויגש • ב' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
ביים לעכטל דעם חנוכה בחצר הקודש סלונים האט 'קרישקעס' אויפגעמערקט חבר הכנסת ר' מאיר פרוש הי"ו ביים ארויפקריכן דעם בימת הכבוד צו נעמען ברכת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.
האד' מקאסוב ביים איבערגעבן א שיעור מעניני דיומא צווישן מנחה מעריב דעם חנוכה בבית מדרשו אין בארא פארק.
הערליכע און מרוגש'דיגע פארשטעלונג דורך די הונדערטער ילדי החמד פון תלמוד תורה בעלזא בארא פארק צום קאמפיין די וואך לטובת די תלמוד תורה.
איבערראשנדע ביישטייערונג דורך הרב שמואל הערמאן ראש הכולל שאטנשטיין יד ימינו פונעם בארימטן תומך תורה דזשעי שאטנשטיין הי"ו פטרון 'ארטסקראלל' וועלכער האט געשנאדערט די אסטראנאמישע סומע פון א מיליאן דאללער ביים מעמד הדלקת נרות דעם זאת חנוכה בצלו פונעם ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א.
אן אינטערסאנטע ערשיינונג ביים טיש מוצאי שבת חנוכה בחצר הקודש באבוב, בשעתן דרשה פונעם גאסט רעדנער האד' מזידיטשוב באר שבע ווען האד' מבאבוב האט ארויסגענימען א פעדער און זיך פארצייכנט א דבר חידוש פון די דרשה.
אן אייגנארטיגע רעקלאמע דורך 'עזר לחתנים' ד'ישיבת נועם אלימלך ליזענסק, מיטן נאמען 'צעקה הגדולה' אין די ראמען פון א קאמפיין לטובת די 'עזר חתנים' קאסע אין ישיבה.
האד' מצאנז קלויזנבורג ביים צינדן די נרות ערב שבת חנוכה הארט פארן זמן כניסת השבת זייענדיג מעוטר בטלית ותפילין נאכן אפרעכטן די געהויבענע תפילת שחרית און הלל לענגערע שעות נאכאנאנד כדרכו בקודש.
ובנענוע אותם משפי"ע שפע ברכות • דער בארימטער משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א ביים אפרעכטן נענועים מיט די מנורה אריינצוברענגען שמחה און התרוממות אינעם ציבור הצמאים לדבר ה'.
האד' מצאנז ביים פארטיילן חנוכה געלט נאכן הדלקת נרות חנוכה, אינעם בילד: חבר הכנסת הרב מאיר פרוש און דער איש החסד הרב חיים יצחק כהן הי"ו.
הרב מאיר רובינשטיין הי"ו מעיאר פון שטאט ביתר ביים דורכגיין נאכן ליכטל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א דעם חנוכה.
אויפן לוח מודעות אין קאפיטשניצער ביהמ"ד אין ירושלים, האט 'קרישקעס' אויפגעמערקט א מודעה געשריבן בכתב ידו פון האדמו"ר מסטריקוב ירושלים - מבאי ומתפללי הביהמ"ד וואו דער רבי לאדענט איין ידידו ומכיריו צו די שמחת התנאים פון בתו הכלה תחי'.
די העכערע עבודה פונעם משמח אלוקים ואנשים הרב וועלוול גאלדשטיין המכונה האד' מחאצאצק ביים זיך מקדש ומטהר זיין לכבוד חנוכה.
העסקן הרב שמעון שישא יושב ראש 'מרכז עזרה ויעוץ' ביים ערהאלטן חנוכה געלט פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א נאכן חנוכה ליכט צינדן במעון קדשו.
האד' מסאטמאר אין א שמועס מיטן לאנגיעריגע מנהל רוחני הרה"ג רבי משה פריעדמאן שליט"א נאכן באזוך די וואך אין תלמוד תורה לכבוד חנוכה.
די פאטאגראפירער ארי פריינד און יוסי בלומענפעלד האט 'קרישקעס' באמערקט אויף די בארא פארקע גאסן בלילי חנוכה, צו פאראייביגן די הייליגע מאמענטן ווי אידישע קינדער צינדן די חנוכה ליכט.
כחסיד לפני רבו: הרה"צ רבי יעקב מאיר אלתר שליט"א ביים ערהאלטן חנוכה געלט פון זיין יונגערן ברודער ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א
ראשונה במלכות: די וואך ביים הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש בעלזא האט 'קרישקעס' באמערקט צווישן די משתתפים הרבנים, האד' מנאראל מזקני האדמור"ים בארה"ק.
די ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס באזוכט אין די אפיסעס פון "כלל מידיע", וואס נעמט אריין די פאבריקאציע פון די פאפולערע "די וואך" מאגאזין, JDN, בארא פארק 24 מידיע קאמפאני און נאך פיל. ביים באזוך האט העסקן ר' חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו געצייגט דעם מעיאר זיין בילד אינעם 'די וואך' אויסגאבע ביים גרויסן מעמד כ"א כסלו אין סאטמאר.
האד' מסקולען ביים מיטהאלטן די מסיבת לחיים נאכן מעמד הדלקת נרות ביים פעטער האד' מסקולען וויליאמסבורג בבית מדרשו הגדול והחדש.
די וואך ביים טיש בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג האט 'קרישקעס' באמערקט כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א אראפשרייבן די חידושי תורה בפלפול ואגדה פונעם שוואגער די צאנז קלויזענבורגער רבי שליט"א ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה.
שבת חנוכה אין גור: העסקן ר' מוטי בבציק מנאמני בית האד' מגור ביים אויסנוצן די צייט אויף אבות ובנים מוצאי שבת חנוכה בעפאר די הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש גור.
דער קאפיטאן אויפן טשארטער פליגער פון נגידי חצר הקודש באיאן, ביים באגריסן די מיטרייזנדע חסידים אין שפיץ פון הרה"צ ר' יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון האד' מבאיאן וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צו די קברי אבות אין אייראפע.
א 'גילוי דעת' ארויסגעשטעלט דורך הנהלת ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בני ברק אין ליכט פון א מעשה אשר לא יעשה וואס האט פאסירט פאריגע וואך.
ילדי חסידי סקווירא ציילן שוין די טעג צום היסטארישן חגיגת הכנסת ספר תורה דורך עדת חסידי סקווירא דעם קומענדיגן חודש שבט הבעל"ט.
האד' משפיטיווקא ביים הדלקת נרות חנוכה במעונו אין קרית יואל ארומגענימען מיט ידידים ומעריצים.
האד' מתורת חכם ביים ארויפשטייגן דעם פריוואטן פליגער אויפן וועג קיין אומאן אוקריינע וואו די רבי וועט וויילן איבער שבת.
הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בן האד' מסקווירא ביי די חתונה ליכט אין די סקווירא ביהמ"ד אין די וועסלי הילס געגענט אין מאנסי.
האד' מזידיטשוב שיקאגא חתנא דבי נשיאה פון האד' מבאיאן, ביים צינדן די הדלקת נרות חנוכה ברבים, צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמו"רות.
האד' מראחמיסטריווקא לינדען ביים מיטהאלטן די מעמד הדלקת נרות חנוכה ביי האד' מקאסאן - נשיא ומייסד העיר.
האד' מפשעווארסק ביים הנחת תפילין די וואך פון א אייניקל ביי הנגיד ר' מרדכי לעווין הי"ו בעל האכסניא פונעם רבי'ן שליט"א אין אראזא שווייץ.
האד' מקהל חסידי ירושלים גייענדיג אויף די ירושלימער גאסן נאך די מקווה ערב שבת חנוכה.
המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א טרעט אויף אלס נואם הכבוד ביים גרויסארטיגן סיום דורך די לומדים אינעם טגליכן שיעור פונעם וועלט בארימטער מגיד שיעור ר' אלי' סטעפאנסקי הי"ו
הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א גאב"ד מירון באזוכט אינעם אכסניא פונעם ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א דעם ערב שבת חנוכה אין מירון.
חבר הכנסת הרב יצחק גולדקנופף און זיין געהילף ר' מוטי בבציקאויף א זיצונג מיט המשפיע הרב שלום ארוש ממשפיעי ברסלב.
האד' מבאניא ביי הדלקת נרות חנוכה בבית מדרשו אין מאנסי, ארומגענומען מיט די חסידים.
האד' מוויזניץ אין א ריקוד מיטן חתן א אייניקל פון מקורבו הנגיד ר' בערל דאסקאל הי"ו ביי א מסיבת שבע ברכות בביתו נאווה קודש.
דברי חיזוק פון הגאון ר' דוד יוסף שליט"א די נייע געקרוינטע רב הראשי וואס ער האט איבערגעגעבן פאר די בארימטע 'וימאן' ארגעניזאציע, לחיזוק שמירת עינים.
גאב"ד מאקאווא ביים מיטהאלטן די מעמד הדלקת נר חנוכה בצל הקודש פון האד' מגור.
גרויסע ניסים האט פאסירט פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא ווען דריי אייזערנע הייב מאשינען וואס האבן געהאלטן א ריזן פלאקאט אין בעפארברייטונג צום היסטארישן הכנסת ספר תורה פון כלל חסידי סקווירא קומענדיגע חודש שבט איז אומגעפאלן צוליב די ווילדע ווינטן. בחסדי השם איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן, בלויז עטליכע פארקירטע קארס זענען געשעדיגט געווארן.
האד' מקאסוב לעיקוואד ביים הדקלת נרות חנוכה בביתו נאווה קודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל אין בארא פארק.
הגאון ר' שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה באזוכט דעם חנוכה ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א.
זה אלי ואנוהו: די נייע פראכטפולע מנורה וואס הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו פון לעיקוואד האט געשיקט צו רבו כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א אויף יו"ט חנוכה.
האד' מבאניא ביים פארטיילן 'פאנטשקעס' לכבוד חנוכה נאכן מעמד הדלקת נרות בבית מדרשו.
הגאון הגדול רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל דינט אלס סנדק ביי א ברית די וואך במעון קדשו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א
האד' מוויזניץ ביים שמחת הבר מצוה פון א זוהן ביי הרה"ח ר' שמעון כץ הי"ו מנאמני בית אביו הרה"ק ה'ישועות משה' מוויזניץ זצוק"ל.
ומרדכי יושב • הגה"צ רבי מרדכי שטיינער שליט"א אבד"ק בית מרדכי ווערט געזען זיצן ביי די נרות חנוכה נאך א שווערע דורכגאנג אין געזונט וואס האט אים ליידער פארשלאפט, בעת כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו המהירה.
הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא ביים מסיבת לחיים לכבוד חנוכה ביי האד' משאץ מאנטריאל.
האד' מבאטאשאן שפאצירט ברחובות העיר בני ברק כאחד האדם, מלובש מיטן קאלפיק לכבוד יום טוב חנוכה.
די באשיידענע מצבה וואס איז געשטעלט געווארן על קברו פון המשפיע הגה"צ רבי שמעון ישראל שפירא זצ"ל ככלות השלושים לפטירתו.
Comments