top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קשה היום לישראל: נחלי דמעות פארגאסן דורך אלפי מלווים ביי מסע הלוי' פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל

מאנטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי, ארי פריינד און אברמי ווייס

 

קשה היום לישראל: בקול נהי ובכי תמרורים האבן נעכטן שווערע טויזנטער אידן באגלייט למנוחות עולמים האי קדוש ישראל ופארי הדור, כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל, מיט פארקלעמטע הרגשים פון יתמות און אבילות האט מען געשפרייזט אויף דרכי בארא פארק און מאנסי האבילות, די טרויער און פארלוירנקייט שרייט ארויס פון יעדנ'ס פארביטערט הארץ וואס קלאגט און קען זיך נישט טרייסטן פון דעם גרויסן בראך, אוי, מי ירפא לנו. אינעם שלאקס-רעגן האבן די הימלען געוויינט, די רעגן-טראפנס האבן זיך אויסגעמישט מיט די נחלי דמעות וואס איז פארגאסן געווארן דורך די טויזנטער מלווים, א לוי' וואס כלל ישראל האט שוין לאנג נישט געזען, ווען אומבאשרייבליכע בכיות נוראות איז פארגאסן געווארן מאין הפוגות במשך די הארצרייסנדע לוי', שמים וארץ בכי, יונג-און-אלט, ביז אפי' בחורים און קינדער, אלעס האט געוויינט אויפ'ן קול על סילוקו של צדיק. באזונדער האט זיך געשפירט די ערשיטערטקייט בחוצות בארא פארק, ווען מ'קומט שוין ארויס די צווייטע זונטאג נאכאנאנד צו באגלייטן א צדיק ופאר הדור, ולקינו בכפליים ליידער אויף אזא שווערן פארנעם.


במוצאי מנוחה לסדר 'ויבכו העם בלילה ההוא' כחצות הלילה איז די מיטה אריינגעפירט געווארן לבית מדרשו של רבי ווי מאסן אידן חסידים ואנשי מעשה זענען דורכאויס די נאכט געווען פארזאמלט ארום די מיטה און זיך שווער געזעגנט מיט בכיות און פרקי תהילים. אום 8:30 צופרי האט מען געפירט די הייליגע מיטה צום וויזניצער בית המדרש אויף דריי און פופציג ביי ניו יוטרעקט, דארט וואו דער רבי זצ"ל האט משמש געווען אלס דיין ומורה צדק רבות בשנים, מען האט אפגעראכטן די טהרה אין די מקוה בבנין ביהמ"ד, און דערנאך אריבערגעפירט די מיטה אקעגן איבער דעם ביהמ"ד לביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן זצ"ל, אין די ספרים שטוב וואו דער רבי האט עוסק געווען בתורה והוראה לאנגע יאהרן, די ד' אמות של הלכה וואס איז געווען א אדרעס פאר טויזענטער תושבי בארא פארק וועלכע האבן אנגעקלאפט אויף דעם טיר אנצופרעגן שאלות און זיך דורכרעדן מיטן רבי'ן, ומשם יצא תורה והוראה לישראל. דערנאך איז די מיטה געפירט געווארן פארנט פונעם מקום שהתפללו בו אבותיו ביהמ"ד קאסוב זאליטשיק אויף די צוויי און פופציגסטע סטריט צווישן די עלפטע און צוועלפטע עוועניוס, בית מדרשו של אביו הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מקאסוב זאליטשיק זצ"ל,  וואו דער רבי זצ"ל האט געפראוועט די עבודת הקודש בראשית ממלכתו, הרה"ח ר' מענדיל ראזענבערג הי"ו מראשי החברא קדישא און פון די נאנטע מקורבים ביים רבי'ן זצ"ל האט דארט פארגעזאגט קל מלא רחמים.


אום צען פינעף און פערציג איז די מיטה אריינגעברענגט געווארן אינעם היכל הבית מדרש בבית מדרשו של רבי וואו דער פילקעפיגער ציבור האט אויסגעבראכן אין א שרעקליכע געוויין קלאגנדיג אויף די שרעקליכע אבידה שאין לה תמורה, מען האט דערביי אפגעראכטן די הקפות כנהוג דורך די חשובי העדה אדמורי"ם און רבנים, באגלייט מיט יאמערליכע בכיות דורך די ריזן ציבור וואס זענען געווען אויסגעשפרייט בחוצות העיר אויף די גאסן ארום, מען האט געזאגט פרקי תהילים און יושב בסתר פארגעזאגט דורך הרה"ח ר' מענדיל ראזענבערג הי"ו. דאן האט אויפגעטרעטן מיט רירנדע דברי פרידה דעם רבינס איינציגסטער און באליבטע ברודער, הרה"צ רבי חיים האגער שליט"א אב"ד זאליטשיק, וועלכער האט מנהמת לבו הארציג אויסגעשריגן "אידן אידן, ס'איז נישט דא וואס צו זאגן, וויינטס! וויינטס! ס'איז דא אויף וואס צו וויינען" ותשא כל העדה את קולם בבכי גדול וואס האט זיך געהערט ביז גאסן אוועק. דער זאליטישקער רב האט ארויסגעברענגט די הימלישע עבודת התפלה ביים הייליגן ברודער, די עבודת ה' בסילודין און די התמדת התורה בעיון, זיך געריסן פאר תורה נאך משנות נעוריו, געווען א בקי בכל חדרי תורה בנגלה ובנסתר, יעדע טיש, א שבת קודש, אלעס געווען איין שטיק רשפי אש שלהבת קה, די מדות טובות, די צוגעלאזנקייט פאר יעדן אידיש קינד, אפילו נאכ'ן פראווען די גרויסע טישן און העכסטע עבודות פון יאר, האט ער גלייך נאכדעם געקענט מאכן א ווערטל מיט א איד.


דערנאך האט מען אויסגערופן הנגיד החסיד ר' שלמה זלמן קליין ראש הקהל קאסוב ומקורבו הנאמן פונעם גריסן רבי'ן זצ"ל, וועלכער האט מכתיר געווען די צוויי עלטסטע קינדער הרה"צ רבי יעקב שמשון שליט"א און הרה"צ רבי מענדל דוד שליט"א לכהן תחת אביהם. באלד דערנאך האט מען אויסגערופן בנו כ"ק אדמו"ר מקאסוב הרה"צ רבי יעקב שמשון שליט"א וועלכער האט זיך געזעגנט בבכיות נוראות און געבעטן מחילה בשם די משפחה, בתוך הדברים האט ער געזאגט בענוות חן אז ער שפירט נישט צו האבן די כוחות צו מקבל זיין דעם עול פון הנהגת העדה הקדושה, און ער געט איבער די גאנצע הנהגה פאר'ן ברודער הרה"צ רבי מענדל, דעם גאנצן ביהמ"ד, די שיעורים און די טישן, און ער וועט שטיין צו זיין רעכטע האנט מיט וואס ס'פעלט זיך אויס אז די קהלה זאל זיך קענען ווייטער פירן על מי מנוחות בשלום ובשלוה. אויך האט ער געבעטן אז די צוויי יונגערע ברידער זאלן אויך ממשיך זיין די כתר האדמורו"ת הרה"צ ר' משה האגער שליט"א אלס אדמו"ר מקאסוב אין וויליאמסבורג, און הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א אלס  אדמו"ר מקאסוב אין לעיקוואד.


דערנאך האט רבי יעקב שמשון איבערגעגעבן די צוויי זאכן וואס דער טאטע ז"ל האט געבעטן אין שפיטאל על מטת חליו, אז מ'זאל געדענקען צוויי זאכן, איינס מ'זאל נישט פארגעסן פון די מאמע הרבנית תליט"א, און אז מ'זאל זיך האלטן באחדות און ח"ו נישט מאכן קיין מחלוקת און פירוד לבבות. דערנאך האט הרה"ח ר' מענדל ראזענבערג הי"ו פארגעזאגט דעם "קל מלא רחמים", און אויסגערופן אז אלע תלמידים וחסידים זאלן רייסן קריעה כדת וכדין, און די ארון הקודש איז ארויס לרחובה של עיר, ווערנדיג באגלייט דורך פילע טויזנטער אידן עטופים באבל, אין שפיץ פון צענדליגער אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבה שליט"א.


בראש המלווים ברחובות העיר בארא פארק האבן זיך אנגעזעהן כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר, באבוב, באבוב 45,  צאנז קלויזענבורג, סקולען, מונקאטש, האחים האדמורי"ם מוויזניץ פון וויליאמסבורג, ירושלים, און בארא פארק, ראחמיסטריווקא, דינוב, בית חיים יהושע, לעלוב, תולדות צבי ספינקא, סערדאהעלי, סטוטשין, ספינקא, קאסאן, תולדות יהודה, סקווירא פון ב"פ, בורשטין, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, בית שמואל צבי ספינקא, בלאזוב, דאמבראווא, וויען ב"פ, זידטשויב ב"ב. הרבנים הגאונים הצדיקים גאב"ד טענקא, אבד"ק באבוב 45, גאב"ד אנטווערפן, אב"ד אמונת ישראל, אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב, אב"ד ברעזאן, אב"ד היכל התפילה, אב"ד סאדאוונא, אב"ד ברעזנא, אב"ד קאמאדא, אב"ד שעדליץ, אב"ד אמרי יהודה ברעזאן, אב"ד שאפראן, אב"ד יאקע, אב"ד מחזה אברהם, אב"ד שאטו פארק לעיקוואד, הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, און נאך פיל.


ארום צוויי אזייגער איז די מטה אנגעקומען אין מאנסי, פארנט פון ישיבה אור ודעת אין טשעסנאט רידזש געגנט, וואו דארט האבן אפגעווארט די שוואגערס כ"ק האדמורי"ם מסקווירא און סאטמאר, הרה"ח ר' דוד בערגער הי"ו משב"ק האדמו"ר מסקווירא האט געזאגט דעם "קל מלא רחמים", און די רבי'ס מיט פילע חסידים האבן באגלייט די מיטה א שטיק וועג. ארום האלב דריי איז די מטה אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי, וואו עס האבן שוין אפגעווארט טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, און ווי אויך זענען געקומען צו פארן די הונדערטער בחורים פון די וויזניצער ישיבות


אזוי אויך האבן זיך אנגעזען בראש המלוים מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין אמעריקא, כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ מאנסי, וויזניץ קאיימישא, ויזניץ בארא פארק, ראחמיסטריווקא מאנסי, ראחמיסטריווקא ספרינג וועלי, סקולען מאנסי, סקולען ירושלים, סקולען לעיקוואד, סטאניסלאוו, בית יצחק ספינקא, גאלאנטא, זידיטשוב פרעמיסלא, סקווירא מאנסי, זוטשקא מאנסי, אב"ד סאטמאר מאנסי, צאנז קרית יואל, אסטראה, גאב"ד טאהש מאנסי, אב"ד סאלקא מאנסי, אב"ד ביסטריץ, אב"ד מאדא, אב"ד טשענסקאוויץ, אב"ד סערט וויזניץ לעיקוואד, אב"ד אשוואר, און נאך.


הרה"ג רבי יחיאל שטיינמעץ שליט"א מרבני הקהלה האט פארגעזאגט קל מלא רחמים, און דערנאך האט מען באגלייט די מטה צופיסנס ביז'ן וויזניצער בית החיים, די גאס-רעגן האט נישט אפגעהאלטן דעם שטראם פון טויזנטער אידן וועלכע האבן אפגעגעבן כבוד האחרון. דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה נעבן זיין פאטער כ"ק הרה"צ מזאליטשיק זצ"ל און סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן ריבניצער זי"ע. נאך די קבורה האט הרה"ג רבי יחיאל שטיינמעץ שליט"א געזאגט צידוק הדין און די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א געזאגט קדיש.


אין די זעלבע צייט בשעת די לוי' אין בארא פארק האבן זיך צאמגענומען פילע חסידי ומעריצי קאסוב אין ארץ ישראל, אין וויזניצער ביהמ"ד אויף רחוב אדוני', מיטצוהאלטן די לוי' דורך א לייוו הוק אפ, ווען עס שפירט זיך שטארק די אבילות שטייענדיג על אדמת הקודש בהר ה' בירושלים, וואו דער רבי זצ"ל האט געפראוועט די עבודת הקודש אין די זומער וואכן וויילנדיג אין ארה"ק. נאך די הספדים האט דער מגיד מישרים הרה"ג רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א זיך געריסן קריעה כדת וכדין און געזאגט די ברכה "ברוך דיין האמת" און מוציא געווען דעם גאנצן עולם, און דערנאך מספיד געווען בקול נהי ובכי תמרורים. דאן האט מספיד געווען דער לאנגיעריגער מקורב ביים רבי'ן ז"ל, ובפרט אין ארץ ישראל, הרה"ג ר' אהרן ישראל גורעלניק שליט"א.


הצדיק אבד לדורו אבד - וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'



Hozzászólások


bottom of page