top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְהִדְלִיקוּ נֵרוֹת • הדלקת נר ראשון דחנוכה בצל מרן פוסק הדור הגאון רבי משה שטרנבוך שליט"א בעל 'תשובת והנהגות'

עודכן: 26 בדצמ׳ 2024

מיטוואך פ' מקץ • כ"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

 

פונעם שטוב פון פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' איז געמאלדן געווארן איבער פרישע שינויים אין די סדרי מעמדי הדלקות נרות חנוכה בצילו פונעם גאון ופוסק, אין ליכט פון די גרויסע געדרענג און לחץ זו הדחק וואס האט געהערשט אין די פריערדיגע יאהרן ביי די געהויבענע מאמענטן בשעה שהכהן הגדול עומד ומדליק את הנרות.


די טעג פון חנוכה איז פון די ספעציעלע זמנים אין יאהר ביים גאון ופוסק וואו מען איז דערביי מאריך בשירות ותשבחות מיט א התרגשות און שמחה. כמנהגו צינדט דער גאון צוויי מנורות כדי יוצא צו זיין לחומרא שיטת רש"י צו צינדן אין שטוב, אויסער דער מנהג ירושלים כשיטת תוספות צו צינדן ברשות הרבים אויף די גאס.


דאס יאהר וועט די מעמד ההדלקה פארקומען אויפן גרויסן באדן פארנט פון ביתו נאווה קודש פונעם גאון, וואו דער ציבור וועט זיך דארט פארזאמלען און מיטהאלטן ווי די רב וועט צינדן די נרות ביים זמן. דערנאך וועט דער פוסק אריינגיין לביתו נאווה קודש און דארט צינדן די נרות, און דערנאך צוריק ארויסקומען צו די שירות ותשבחות במקהלות עם רב, ביים ענדע פונעם מעמד וועט דער גאון אויפטרעטן מיט א מאמר בעניני דיומא כמנהגו יעדער נאכט חנוכה.
























Comentários


bottom of page