top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תכון בית תפילתי: האד' מסקולען וויליאמסבורג וועט מחנך זיין בית מדרשו החדש והמפואר אויף סענפארד דעם ערשטן ליכטל חנוכה

מיטוואך פ' מקץ • כ"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין א פריידיגע שטימונג פון "אז אגמור בשיר מזמור חנוכת הבית" ווערט אויפגענומען ביי חסידי ומעריצי חצר הקודש סקולען און שטאט וויליאמסבורג, אז לכבוד דעם יו"ט חנוכה ווערט ברוב פאר והדר נתחנך דער נייער תל תלפיות, בית מדרשו החדש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג, וואס ענדיגט זיך בויען ברוב פאר והדר אויף דער סענפארד גאס אין הארץ פון ניי-וויליאמסבורג.


צוריק א יאר איז עס געווען ווען עס איז געבראכן געווארן די בשורה מרנינה, אז עס געלונגען פאר די הנהלת הקהלה אפצוקויפן א בנין רחבת ידים אויף 117 סענפארד עוו. ווען עס איז תיכף געלאזט געווארן אין גאנג די גראנדיעזע פלענער אהערצושטעלן א בית גדול וקדוש לשם ולתפארת, ווען מיט עטליכע וואכן צוריק איז שוין אריין אין שוואונג די פאקטישע קאנסטרוקציע וואס רוקט זיך פאראויס מיט שנעלע אימפעט, און דער בנין איז שוין גרייט צו קענען זיך אריינציען דערין אויף א פראוויזארישן אופן.


לאור זה איז מיט פרייד געמאלדן געווארן שוין דעם יו"ט חנוכה וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן די מעמדי הדלקת נר חנוכה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש, אנגעהויבן פונעם ערשטן ליכטל דעם מיטוואך נאכט, אום 8:45 אווענט, און אזוי ווייטער יעדע נאכט, חוץ מוצש"ק ווען דער רבי וועט פראווען אויף א פריוואטן אופן בביתו נאוה קודש, און מאנטאג נאכט ווען דער רבי וועט מעריך זיין די הדלקת הנירות בקרב חסידיו אין קרית יטב לב בלומינגבורג.


אין די טעג האט דער רבי שליט"א קורא שם געווען דעם נייעם ביהמ"ד 'קהל מאור ישראל' סקולען ע"ש אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל 'מאור ישראל' סקולען זי"ע.


אין די לעצט פארבליבענע מעת לעת ווערן צוגעענדיגט די לעצטע בוי-דעטאלן צו גרייט מאכן דעם ביהמ"ד צו די הדלקת הנירות, און וועט ווערן אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן דעם גרויסן ערווארטעטן ציבור וואס וועלן זיך קומען ווארעמען מיט די דביקות'דיגע שעה'ן פון זמירות ותשבחות און דברי תורה, אינעם הייליגן יו"ט חנוכה וואס האט אינעם סקולענער הויף פארנומען איינע פון די שענסטע ימים טובים אינעם יאר.


תיכף נאך חנוכה וועט פארזעצן די בוי-ארבעט צו ערגענצן דעם בנין החדש כליל בהדרו, און מ'האפט בעז"ה עס צו האבן פיקס פארטיג און פולקאם באנייען אויפ'ן קומענדיגן שבת בא, דער שבת של שמחה אינעם רבי'נס הויף, די שבת עלי' לתורה פון פרי עץ חיים החתן א זון פונעם רבי'ן שליט"א.






Comments


bottom of page