top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

האד' מוויז'ניץ זיצנדיג אויף א פשוטן באנק אינעם שאטער אין שיכון סקווירא ביים גרויסן חתונה די וואך.

וירד מש"ה מן ההר על העם, דער משגיח זצ"ל מיט זיין ליבליכן צוגאנג, שטעלט זיך פאר א בילד מיט א קינד.

כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א אינעם לוד לופטפעלד ביים באגלייטן דעם ארון פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל, ביי וועם די רבי שליט"א איז געוועהן א תלמיד אלס קינד אין תלמוד תורה מתיבתא תורה ודעת, די רבי שליט"א איז אנגעטוהן אינעם שטריימל שטייענדיג אין די שבעת ימי המשתה נאך די חתונה פון אן אייניקל.

מרן האדמו"ר מויז'ניץ שליט"א אינעם קענעדי לופטפעלד אויפן וועג קיין ניו יארק לכבוד די חתונה פון אן אייניקל.

הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו אנקומענדיג צום יארצייט אין ראדאשיץ פולין לכבוד צו די הילולא קדישא ח"י סיון ווערנדיג ענאפאנגען דורך די וועד הכנסת אורחים שע"י הציון הק'.

ר' אהרן בוימל באקאנט אלס 'בארדיטשובער רבי' ביים שבעה די וואך בבית האבלים ביי די קינדער פון הרה"ק בעל 'פני מנחם' מגור זי"ע.


הכרזה ביים קבורה פון מרן המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל אין טבריה, איבער די התמנות פון בנו חביבו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אבד"ק אמונת ישראל מאנסי.


דער בעל מנגן ר' אייזיק האניג ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מלעלוב ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פאריגע וואך.

מעמד צאתכם לשלום אין די סלאבאדקע ישיבה לכבודו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א בעפארן זיך ארויסלאזן צום מסע ההצלה קיין ניו יארק.


ראש השנה תשפ"ח אין תולדות אהרן... קאמפיין געלאזט אין גאנג אויפצוטרייבן געלטער צום אויפבוי פון נייעם ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.

מלוה מלכה ביים עלות השחר נאכן געהויבענעם שבת מיט האד' מבישטינא בבית הנגיד ר' שלמה פעדער אין טשעסטער.


רירנדע מאמענט ביים באנקעט די וואך אין דיעל ניו דזשערזי לטובת די נייע 'קרן עולם התורה' וואו דער ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א האט אויסגעשריגן בקול חינוק דמעות "אחינו כל בית ישראל - הצילו הצילו".


האד' מסאדיגורא ביי תפילת שחרית די וואך בבית האכסניא אין לאס אנדזשעלעס שטייענדיג אויפן מקום קבוע פון אביו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצוק"ל, בעת ווען די רבי האט געוויילט אין שטאט אין זיינע לעצטע יאהרן עלי אדמות.

ביים צענאטראלן שבע ברכות בשמחת בית גור ווערן געזעהן, דער מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער הי"ו, און העסקנים ר' אריה דרעי און ר' יצחק גאלדקנאפף.

מלך ביופיו תחזינה עיניך • א שיין בילד פון האד' מראחמיסטריווקא ביי א מסיבה די וואך ביים מסע ההצלה אין ניו יארק.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביי די חתונה די וואך פון אן אייניקל ביי הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי וחבר בד"ץ קהל יטב לב ד'סאטמאר.

המחנה החרדי צייטונג דקהל מחזיקי הדת בעלזא ציטירט די פייערידגע ווערטער פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איבער די בג"ץ אורטייל צו מאביליזירן ישיבה בחורים אין מיליטער: "מיר וועלן ענדערש גיין אין טורמע ווי איידער דינען אין מיליטער".

דער שטר קנין זכות וואס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אונטערגעשריבן מיט הנגיד רק' חיים הערש גאלד הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דער זכות שם הבנין פונעם נייעם סאטמארע מקוה אין בארא פארק פארן אסטראנאמישע סומע פון $1,200,000.

מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע אין א תורה'דיגן שמועס מיטן משגיח הגה"צ רבי דן סגל שליט"א אויפן פליגער קיין ארץ ישראל נאכן היסטארישן מסע ההצלה.

די וואך ביים אויפנאמע אין שיכון סקווירא אין עהרע פון הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן האט 'קרישקעס' באמערקט העסקן ר' מענדי אונגאר אין א ידידות'דיגע שמועס מיט דזשאנסאן לטובת הכלל.

גאב"ד מאקאווא ביים שמחת השבע ברכות די וואך פון החתן זוהן פון העסקן הרב ישראל פרוש געוועזענער מעיאר פון שטאט אלעד.

ביים מסע הלוי' די וואך אין ירושלים האט 'קרישקעס' באמערקט דעם בארימטן פאטגראפער ר' שלומי טריכטער ביי די עבודת הקודש אויף די הויכע שטאקן פון די טשעכנובער ישיבה.

ביים שמחת החתונה פונעם פאטאגראפירער החתן אברומי אייזנבאך האט קרישקעס באמערקט די 'חברה טאנצערס' משמח זיין חתן וכלה.


האד' מבישטינא אויף א תפילה ביים ציון הק' פון הרה"ק מטאהש זי"ע.

די הזמנה צום שמחת השבע ברכות די וואך אין ק"ק אמונת ישראל, וואו דער משגיח זצוק"ל האט נאך געלאזט באשיינען די שמחה און משמיע זיין דברי ברכה,  ליידער האט מען שוין נישט זוכה געווען דערצו.

פרנס היום אינעם אלוועלטליכן סדר לימוד 'מאמר מרדכי' דחסידי וויז'ניץ, נתנדב דורך האדמור"ים מוויז'ניץ בארא פארק און ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי.

האדמו"ר רבי ברוך אבוחצירא זוהן פונעם באבא סאלי ביים בענטשן דער מקובל הגאון רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה.

לחיים אין סאטמארער ביהמ"ד - שכונת סאוט אכט אין וויליאמסבורג לרגל די 25'סטע יארטאג פון ווען הרה"ק בעל 'ברך משה' מסאטמאר זי"ע האט ממנה געוועהן בנו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) אלס רב אין ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מסקולען מאנסי אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מפארשעי לקראת די שמחת החתונה פון בתו הכלה.

האד' מליזענסק טבריה איז מנחם אבל ביי הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן אבד"ק אמונת ישראל מאנסי אין זיין אכסניא אין טבריה.

פרייליכע טענץ ביי די חתונה פון א זוהן פון הגאון ר' בערל לאזאר די הויפט רב פון רוסלאנד, אויף א באשיידן אינזל אין איטאליע.


א ברכת מזל טוב פאר הר"ר דוד חיים הערמאן הי"ו מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא לרגל די שידוך שליסן פון בנו הבה"ח יצחק זאב ני"ו בשעה טוב ומוצלחת ולמזל טוב, די שמחת התנאים קומט היינטיגן ליל שישי פאר אין שיכון סקווירא.


א ברכת מזל טוב פארן בארימטן פאטאגראפירער ר' אבי סורקיס לרגל הולדת הבת למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פארן פאטאגראפירער משה פאנעט לרגל שמחת ארוסיו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הבחור הערשי וואקסמאן הויז בחור ביי האד' מבאבוב לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב, אינעם בילד: ביים מסיבת לחיים בקודש פנימה.


bottom of page