דאנערשטאג פ' צו • י"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט עוז של שמחה רישן זיך חסידי סאדיגורא מיטצולעבן די געהויבענע עת משוש, לרגל די שמחת לידת הבן ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וואס וועט געפראוועט ווערן בגיל וחדוה דעם קומענדיגן שב"ק צו און צומארגנס זונטאג פ' שמיני.
לרגל דעם שבת שלום זכר, וועלן זיך צונויפזאמלען חסידי סאדיגורא פון איבער גאנץ ארץ ישראל און מערערע געסט פון אויסלאנד אויף א שבת דריגלא אינעם סאדיגורא הויף, וואו די שמחה וועט זיך אנהייבן פרייטאג צונאכטס ביים טיש, ווען דער רבי וועט לכבוד השמחה אריינקומען צום טיש נאך פון שלום עליכם, און שפעטער דורכאויס די שלחן הטהור אפרעכטן די שמחת שלום זכור בשירה וזמרה און אמרי קודש לכבוד די שמחה רוממה.
מוצש"ק תיכף נאך שלש סעודות און הבדלה וועט פארקומען דער מעמד "קריאת שמע ליינען" פאר די ילדי החסידות, און שפעטער אויפדערנאכט וועט פארקומען די "סעודת הוואכנאכט" ספעציעל געווידמעט פאר די בחורי החסידות תלמידי הישיבות הקדושות.
אינעם הויכפונקט פון די שמחה וועט זונטאג צופרי געפראוועט ווערן די שמחת הברית מילה אינעם גרויסן הכיל הטישן, ברוב עם פונעם גאנצן ציבור חסידים זקנים עם נערים, וואס וועלן דאווענען שחרית אין שפיץ פונעם געהויבענעם בעל שמחה, דער אבי הבן כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. נאך די ברית וועט די שמחה נמשך ווערן מיט א גרויסארטיגע לחיים און סעודת ברית בהתרוממות עילאה.
Comments