top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביים מצות באקן אין היימישע מצה בעקעריי דק"ק תולדות אהרן

מאנטאג פ' פקודי • כ''ד אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארלאפענעם דאנערשטאג איז מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' אנגעקומען צו די היימישע מצה בעקעריי אין בנין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין עיה"ק ירושלים, באקן די מצות לקראת יו''ט פסח הבא עלינו לטובה, צום באנוץ פונעם גאון ובני משפחתו.


דער גאון האט זיך אויפגעהאלטן אינעם בעקעריי פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה און מיטגעהאלטן מיטן חבורה ביים באקן די מצות מיט די אלע חומרות והידורים וואס די גאון פארלאנגט כחוקת הפסח וכמשפטו, דער פוסק הדור האט כמנהגו משגיח געווען אויפן גאנצן סדר האפיה מרישא ועד גמירא, מיט אן עינא פקיחא און אויסטערלישע זהירות, זיכער צו מאכן אז יעדער פרט ופרט ווערט דורכגעפירט על צד היותר טוב. דער גאון האט זעלבסט עוסק געווען בטירחא דמצווה און דערנאך מפריש געווען חלה מיט א ברכה.


ביים פארלאזן דעם בעקעריי האבן די הונדערטער ילדי החמד תלמידי התלמוד תורה תולדות אהרן ארויסבאגלייט דעם פוסק הדור אויסגעשוהרט לענגאויס דעם בנין ומחוצה לה, און מיט פייערליכע געזאנג אפגעגעבן דעם כבוד פאסיגן כבוד התורה, לכבודו הראוי.


Comentarios


bottom of page