מיטוואך פ' כי תשא • י''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער
מיט מלכות'דיגע פראכט איז דעם פאריגן זונטאג נאכט פארגעקומען די גראנדיעזע דינער רבתי "המייסדים" לטובת דעם אויפבוי פונעם נייעם גיגאנטישן קאמפלעקס פון "מחנה בני בעלזא" אין וואדרידזש, וואו ס'איז אויפ'ן פלאץ אויפגעטריבן געווארן די מעגא סומע פון "אכט מיליאן דאלאר".
דער גייסטרייכער דינער איז פארגעקומען אין א רייכע האטעל-זאל אין סטעטן איילענד, בראשות דעם אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א, צומארגנס און צום שלוס פונעם מסע הנהדר און שבת מרומם וואס הרה"צ האט געפירט פאר כלל חסידי בעלזא אין אמעריקע דעם פארלאפענעם שבת פר' תצוה-זכור אין בארא פארק.
דער מעמד איז געעפנט געווארן דורכ'ן יו"ר דער באגאבטער רעדנער הרב מרדכי הערש שפיטצער ראש ישיבת תורת צביספינקא, וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים אנגעווארעמט דעם ציבור בגודל הזכי' צו נעמען א חלק אין אויפבויען דעם נייעם זומער-קעמפ.
דערנאך האט מען געהערט די דרשה דורך הרה"ג ר' הערשל שטערן ראש ישיבת נעימות התורה בעלזא ב"פ, איבער דעם וויכטיגן געברויך פונעם נייעם קעמפ צו פלאצירן די טויזנטער תשב"ר תלמידי המוסדות אויף די זומער חדשים.
מיט הארציגע פרקי שירה האבן מהנה געווען די בעלי השיר, אין שפיץ פונעם בארימטן בעל מנגן ר' מרדכי אילאוויטש.
בשיר וקול תודה האט מען ענטפאנגען דעם געהויבענעם גאסט הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א וועלכער האט מופיע געווען בראש המעמד.
עס האט אויפגעטרעטן הנגיד ר' חנני' בינעטה מגדולי עסקני הקעמפ, און דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן א הערליכע פרעזענטאציע לכבודו פונעם פיליעריגן ראש המדריכים אין בעלזא קעמפ, הרב יחזקאל סעמיועל, וועמענ'ס זון הנגיד ר' אברהם חיים סעמיועל פון וויליאמסבורג, האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע נדבה פון "צוויי מיליאן דאלאר" פאר'ן נייעם קעמפ, און דערמיט אפגעקויפט דעם שם המחנה, לזכות אביו ר' יחזקאל, איז לאות הוקרה פארגעשטעלט געווארן די אינהאלטסרייכע פרעזענטאציע וואס האט אויפגעשפילט די 33 יאר וואס ר' יחזקאל איז עומד על הפקודים אלס געטרייער און געלונגענער ראש המדריכים.
דערנאך איז דער נדיב ר' אברהם חיים ארויף צו הרה"צ ר' אהרן מרדכי און אונטערגעשריבן די שטרות, און דערויף האט מען געהערט די דרשה לכבוד הנדיב ומשפחת סעמיועל דורכ'ן קרוב משפחה הרה"ג רבי נתן צבי בריסק דומ״ץ בעלזא שלב ד׳ לעיקוואד.
די עסקנים זענען ארום צווישן ציבור און אפגענומען די תרומות הקודש, און דערביי האט זיך געשלענגעלט א שורה פון נדיבי עם וועלכע זענען ארויף צו הרה"צ ר' אהרן מרדכי אויף די חתימת שטרות, און ער האט פאר זיי געגעבן א מטבע קודש געבענטשט דורך מר אביו כ"ק בעלזער רב שליט"א.
צום הויכפונקט האט מען געהערט די ווארעמע דרשה דורך הרה"צ ר' אהרן מרדכי, איבער'ן נחיצות הענין פונעם נייעם קעמפ און די גרויסקייט פון נעמען א חלק אין אזא הייליגע אונטערנעמונג פון וואו ס'גייט ארויסגיין אזויפיל תורה ותפלה און מידות טובות פון די טויזנטער תשב"ר.
נאכ'ן מעמד האט מען געדאוונט מעריב אין זאל, און דערמיט האט זיך געשלאסן דער דינער המרומם מיט די העכסטע מאס סוקסעס.





Comments