מיטוואך פ' וארא • כ"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שפ"ה, JDN
צענדליגער תומכים נדיבי לב חסידי בוהוש זענען אונטערן טיפן רושם פון די געהויבענע נסיעה "שערי ישועה", בראשות כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, וועלכער האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א מסע מרומם מלא התעוררות והתרוממות צו די מקומות הק' אין אייראפע, צוזאמען מיט די נדיבים בעם תומכי המוסדות.
דער רבי שליט"א מיט די פמליא נגידים האבן זיך ארויסגעלאזט אין וועג מאנטאג פארמיטאג, אינעם לוד לופטפעלד האט די הנהלת המוסדות ענטפאנגען די חשובע משתתפים וואס זענען געקומען צופארן פון אלע שטעט און פארטיילט ספעציעלע צדה לדרך און קונטריסים וואס זענען ערשינען צום געהויבענעם נסיעה.
נאכמיטאג האט מען געלאנדעט אין קראקא פון וואו מען איז צום ערשט ארויסגעפארן קיין רימינוב, וואו מען האט געדאוונט מעריב אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים אש"ל רימינוב, נאך מעריב האט די רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע לרגל די יארצייט, און עס איז געווען צוגעגרייט א ברייטע סעודה כיד המלך.
דינסטאג צופרי ביי תפילת שחרית האט מען געזינגען ביי אהבת עולם די ניגון המקובל פון הרה"ק רבי צבי הירש מרימינוב זי"ע באתרא דמר, נאכן דאווענען האט דער מנהל המוסדות הרב הערשל קויפמאן אויסגערופן אז דער רבי רבי האט באוויליגט אפצורעכטן א ספעציעלע מעמד הכנה רבתי איידער מען גייט ארויף פוקד זיין די ציונים הקדושים פון די צדיקים שרפי מעלה, דער רבי האט משמיע געווען דברי התעוררות וכיבושין, ווען דערביי האט מען געזינגען ניגוני דביקות און ניגונים וואס זענען מיוחס צו צדיקי בית רימינוב בעת ווען די ציבור האט פארגאסן טייכן טרערן אויף ישועות ורפואות.
נאכן עלייה לציון הק' אין רימינוב איז געוועהן ספעציעלע זמני כניסה פאר יחידי סגולה די גרעסטע תומכים וואו די רבי האט געליינט זייער קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים במקום המסוגל לפרנסה.
פון רימינוב האט מען ממשיך געווען די נסיעה צום שטאט דינוב, וואו מ'האט פוקד געווען דעם ציון פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע, דערנאך איז מען געפארן קיין לאנצהוט צום ציון המצוינת פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, וואו מען האט געזאגט די תפילת השל"ה און די תפילה פונעם אור לשמים בהתעוררות רב, אויך האט מען געזינגען ניגוני קודש לבית ראפשיץ, און דעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי משה יהודה פריעדמאן האט איבערגעגעבן א קוויטל פון אלע בחורים וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט זייער באשערטן זיווג.
כחצות הלילה האט מען אריינגעטרעטן אינעם הייליגן שטאט ליזענסק מקום קודש הקדשים, ווי דער יושב הכנסת אורחים ליזענסק הרב שמחה קרקובסקי האט אויפגענימען דעם רבי'ן און מען האט געדאוונט מעריב, דערנאך איז פארגעקומען א ספעציעלע מעמד הוקרה אינעם גרויסן שאטער סמוך ונראה צום ציון הק' וואס איז געווען צוגעגרייט מיט א סעודה כיד המלך אויף א רייכע פארנעם.
אנהייב פונעם מעמד איז פארגעקומען א ספעציעלע פראגראם 'עבר והווה' בקורות דברי הימים פון חצה"ק בוהוש, וואו מען האט געהערט רייכע שילדערונגען פון די זקני הקהילה און פונעם קומענדיגן דור באגלייט מיט בילדער. דאן איז די רבי ערשינען ווערנדיג ענפאנגען לקול תרועת הזמר, דעם רבינס זון הרב יצחק פרידמאן האט אויפגעטרעטן מיט רירנדע דיבורים און מסכם געווען די ימי ההתעלות, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און זיך באדאנקט פאר אלע תומכים און אנגעוונטשן ברכות קדשו לרוב, דערנאך האט דער מנהל המוסדות הרב מרדכי שלמה ברים זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים און די וועד הנסיעה.
געציילטע שעה'ן נאכן דערהויבענעם מעמד וואס האט זיך פארענדיגט באישון ליל זענען די משתתפים אויפגעשטאנען צו א פרישע יום התעלות ווען נאך תפילת שחרית און פת שחרית איז מען ארויף צום ציון הק' פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד בקשת רחמים. מען האט מען געזאגט די תפילה קודם התפילה, נאכגעפאלגט מיט די מזמורי תהילים מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות, דערנאך האט דער רבי גענימען קוויטלעך פונעם ציבור און מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועתן של ישראל. צום שלוס האט די משמש בקודש הרב שלום קיופמאן אנגעוונטשן דעם רבי'ן שליט"א בשם כל הקהל הקודש בבריות גופא ונהורא מעליא.
שפעטער נאך מנחה איז פארגעקומען בכלי זמר די הערליכע מעמד 'נעילת ימי הנסיעה' ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני דביקות פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און ניגוני ימים נוראים, די רי האט געוונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת המקום און מעורר געווען לתשובה, באזונדער האט די רבי מזכיר געוועהן מחותנו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א נכדו וממשיך דרכו פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע און דערמאנט די בעפארשטייענדע חתונה פון א אייניקל, מיט החתן א אייניקל ביים פשעווארסקער רבי'ן. פון דארט איז מען ארויסגעפארן צום לופטפעלד אין קראקא אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש מיט פולע באגאזשן און הויפענעס השפעות להוושע בדבר ישועה ורחמים.
Comentários