מאנטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארי פריינד
כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א וואס האט נעכטן מאנטאג געלאנדעט אין ניו יארק צו מנחם אבל זיין בי חתנו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א און די ברודער האדמור"ים והרבנים שליט"א איז אין די נאכמיטאג שעהן אנגעקומען בבית האבלים אין קאסובער ביהמ"ד וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און זכרונות, און דעם רבינס איידעם כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א האט פארגעלערנט משניות.שפעטער פארנאכטס איז דער רבי ווידער אנגעקומען לבית האבלים, וואו די רבי האט זיך פארשפארט ביחידות מיטן איידעם די קאסובער רבי און דערנאך געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די קינדער האדמורי"ם והרבנים, דערנאך האט זיך די רבי שליט"א ארומגעקוקט ביים נייעם ביהמ"ד הגדול קאסוב נעבן די עקזיסטירענדע ביהמ"ד.
Comments