דאנערשטאג פ' בא • ח' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
די געשפרעך פון טאג ביים היימישן ציבור איז די חתונה די וואך פון החתן איציק ראזנפעלד, א אייניקל פון האד' מפינסק קארלין וואו די רבי שליט''א האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם אין איז געטאנצן מיט די חתן אין זיינע חברים כאחד מהחבורה וואס האט געברעגנט א קידוש שם שמים מסוף העולם ועד סופו.
די רבי שליט''א ביים עוסק זיין בתורה צווישן די חופה אין די חתונה בבית האכסניא אין שטוב פון העסקן הרב אהרן פרידמאן אין אשדוד.
ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר ביים באטראכטן די הערליכע פארשטעלונג פון צדיקי בית גור ביים דינער דעם מוצאי שבת לטובת מוסדות פני מנחם.
האד' מספינקא ביים טרינקן לחיים מיט הנגיד בנש''ק ר' יוחנן טווערסקי אויפן טראדיציאנאלער שטייגער ווי עס איז איינגעפירט אין די ספרדישע וועלט, ביים יארצייט סעודה די וואך פונעם באבא סאלי זיע''א אין שטוב פון הרב יוחנן אין בארא פארק.
האד' מסקווירא באדאנקט זיך פארן בעל מנגן ר' מונה רוזנבלום נאכן אנפירן דעם הערליכן מלווה מלכה נאכן היסטארישן שבת אין שטאט קראקא.
הרה"ח ר' שמעון גרינוואלד משב"ק אדמור"י בית ראחמיסטריווקא אין א שמועס מיט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי ביי א שמחה די וואך אין מאנסי.
די לוח מודעות בחצר הקודש וויזניץ זיך גרייטענדיג צום גראנדיעזן מעמד "ראש השנה לחסידות" דעם קומענדיגן י"ב שבט.
העסקן הרה"ח ר' מרדכי שלמה אדלער אין א שמועס מיט רבו האד' מסאדיגורה אין לעיקוואד אויפן וועג צום אכסניא נאך תפילת שחרית.
א זעלטענער און אומגעווענליכער רייזע פון דער רוסישער הויפט-רב הרב בערל לאזאר שליט"א אין עזה, צו מחזק זיין די ארטיגע סאלדאטן וועלכע באקעמפן אויפן פראנט.
די נייע גאלדענע וויין פלאש, נאכגעמאכט גענוי די ירושה וויין פלאש פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, וואס די וועד הנסיעה 'מיטן רבי'ן אין קראקא' האבן געשאנקן פאר כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א נאכדעם וואס די רבי האט איבערגעגעבן זיין ירושה וויין פלאש פון אביו הרה"ק מסקווירא זי"ע פאר די עסקנים דאס צו פארוואנדלען אין פראכטפולע זילבערנע בעכערס, וואס איז פארטיילט געווארן מוצאי שבת פאר די חשובע תומכים און נגידים כאות הוקרה.
המשפיע הרה"צ רבי משה יעקב הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא ביי די ריקודין של מצוה לפני הכלה די וואך ביי די חתונה פון בנו החתן.
הגה''צ רבי יואל ראטה ראש ישיבת תפארת התורה ברלסב אין א ריקוד מיט זיינע קינדער ביי די חתונה די וואך פון בנו החתן וואס איז פארגעקומען בבית מדרשו היכל הקודש ברסלב אויף סקילמאן אין וויליאמסבורג.
די גערער עסקנים ביים קאארדינירן די עלייה לציון ביים יארצייט פונעם באבא סאלי זי"ע אין נתיבות.
האד' מסאדיגורה ירושלים די וואך ביי א חתונה אין לאנדאן ביים באטראכטן א היסטארישער חפץ קודש - די גארטל פונעם הייליגן רוזשינער זי''ע וואס ליגט באוצרו הטוב פון א אייניקל אין לאנדאן.
האדמורי"ם מפינסק קארלין און טרעבישאן ביים פארייכערן א לולקע די וואך ביים שמחת החתונה בבית פינסק קארלין.
האדמו"ר מסאדיגורה ביים ארויסבאגלייטן האדמו"ר מסקולען לעקוואד אין די שניידיגע קעלט נאך א באזוך די וואך בבית האכסניא.
הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט''א אב"ד מכלל יופי וחבד בד"צ קיט"ל סאטמאר גייענדיג אין די שניי'איגע גאסן ברחובות העיר וויליאמסבורג.
אויך כ"ק אדמו"ר מקאלוסבורג שליט''א האט קרישקעס די וואך באמערקט אויף די וויליאמסבורגער גאסן.
האד' מיאוואזשנא ווערט געזעהן מעיין זיין אינעם בארימטן גליון 'להמליכו וליחדו' מתורתו פונעם פאר הדור המשפיע הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.
הרה''צ רבי שלמה לייב קאהן בנו הצעיר פון האד' מתולדות אהרן ביים מקבל זיין ברכת קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א לרגל די בר מצוה פון א קינד דעם קומענדיגן וואך.
דער באקאנטער סקווירא עסקן הרב שלום אלי' פעלבערבוים האט קרישקעס באמערקט איבערגיין די לעצטע דעטאלן פונעם מלוה מלכה אין קראקא מיט העסקן ר' יעקב יוסף בערגער.
העסקן הרב שלום בער פישעל מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא מיט הרב ר' יצחק יוסף אונגאר ביים זיך פארשרייבן זייערע לעצטע נאטיצן איידערן ארויפגיין אויפטרעטן ביים גרויסן מלוה מלכה אין קראקא.
נאסטאלגיע • ווידיאו פון די ערשטע א’ סליחות אין שטאט קרית יואל בשנת תשל"ח.
האדמו"ר מזוועהיל ביים עוסק זיין בתורה אין רבי ישעי'לעס הויז וויילענדיג אין קערעסטיר אויף אפרוה.
החוט המשולש • האדמו"ר מספינקא רמת אהרן אין א טאנץ מיט די ברידער'ס האדמו"רים מספינקא גני גד אין אב''ד ספינקא בית שמש ביים מעמד ההודאה דעם מוצאי שבת.
מלוה מלכה ביי האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט אינאיינעם מיטן שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל פון האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים.
הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר אויף א באזוך די וואך במעונו פון הגאון הצדיק רבי דוב קוק שליט"א אין טבריה, ווי די גדולים האבן א לענגערע צייט געשמועסט צווישן פיר אויגן.
חסידים ואנשי מעשה אריינגעטוהן אין א טיפע שאך שפיל פארלאפענעם מוצאי שבת ניטל ביים שבע ברכות בבית ר' בנציון יוסף ריינהאלד מעסקני ק"ק באבוב 45.
הרה"ח ר' הערשל כץ משב"ק האד' מוויזניץ ביים וואונטשן לחיים פאר האדמו"ר מספינקא רמת אהרן ביים מעמד ההודאה דעם מוצאי שבת.
האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים לוי' פונעם יוג ווייבל מרת ראזנבערג ע''ה אשת להבדל"ח דער בעל מנגן ר' משה, וואס איז פארגעקומען אין בני ברק.
חבר הכנסת הרב מאיר פרוש האט קרישקעס באמערקט אין א שמועס מיט הגה''צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים בן האדמו"ר מסלונים ביים שמחת הברית לנכדו בן הנולד ביי חתנו ר' אהרן הארשטיין.
הלוואות פאר חסידי וויז'ניץ צו קענען אויסלייגן די 'נדבות קודש' וואס מרן האד' מוויז'ניץ האט אויפגעפאדערט פון קהל חסידיו ביים אסיפה פאריגע וואך.
געציילטע מינוטן צום שקיעה: האד' מסלאנים אנקומענדיג צו תפילת מנחה ביים כותל המערבי.
מעמד הנחת אבן הפינה פארן מרכז הרפואי 'עלה זהב' במעון הקודש פון האד' מראחמיסטריווקא אין ירושלים.
הגה''צ יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד בן מרן האד' מוויזניץ האט די וואך באזוכט אין די לאבראטאריעס פון די 'אסותא' שפיטאל אין תל אביב, ווי ער האט זיך אומגעקוקט אויף די אקטיוויטעטן פון די בארימטער 'בוני עולם' ארגאנעזאציע צו העלפן קינדערלאזע פארפעלקער ה"י.
הגאון רבי משה פויגל רב דחסידי גור אין אמעריקא ביים כותל המערבי אין ירושלים.
הרה''ג רבי אברהם ישעי' שפירא פון בני ברק ביים פארהערן די תלמידי ישיבת גור אין ראשון לציון אויף הונדערטער בלעטער מזומנים בעל פה וואו די בחורים האבן ארויסגעוויזן א שטוינענדע בקיאות עצומה בכל חלקי הש"ס אריינגערעכנט סדר קדשים.
האד' מסאטמאר ביים פארלאזן די מסיבה אין מאנסי בבית הרבני הנגיד ר' יואל פריעדמאן הי"ו, זוהן פונעם משב"ק הרב משה פריעדמאן.
הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר נשיא מכון 'פאר מקדושים', אינאיינעם מיט די ראשי המכון אין די בארימטער שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד, ביים איבערגעבן פאר האדמו"ר מצאנז די נייע ספרים 'סדורו של שבת' מהדורת 'פאר מקדושים' וועלכע זענען נארוואס ארויס פון דרוק.
האד' מאמשינוב ביים מנחם אבל זיין בני משפחת המנוח הרה''ח ר' שלום לייזר קאין ז"ל מחשובי חסידי אמשינוב אין בית וגן.
האד' מביאלא בני ברק אויף א באזוך די וואך בבית אחיו האד' מאוסטרבא אין ירושלים.
א דאנק בריוו מטעם וועד מסע הקודש ’בני היכלא’ סקווירא, פארן באקאנטן קאנגרסמאן מייק לאולער פארן ארויסהעלפן מיט פאספארט פראבלעמען וכדומה אין ערמעגליכן פאר טייל משתתפי הנסיעה צו קענען מיטפארן אויפן געהויבענעם נסיעה קיין קראקא.
האדמו"ר מבעלזא ביים איבערקוקן די בוי פלענער פארן נייעם ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אין בית שמש רמה ד', די וואך ביים מעמד הנחת אבן הפינה וואס איז פארגעקומען במעון קדשו פונעם רב שליט''א.
הגאון רבי אליהו אליעזר דעסלער משגיח ישיבת פונוביז אויף א באזוך די וואך ביי האד' מבעלזא וואו די משגיח האט איבערגעגעבן פארן רב זיין נייעם ספר 'שערי הזמנים' אויף 'ראש חודש'.
דער בדחן ר' יואלי ברוין האט קרישקעס באמערקט איידער די מצוה טאנץ פון האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא ביים מקבל זיין ברכת קדשו ביי די חתונה פון א אייניקל
ביי די שבע ברכות די וואך און היכל ישיבת תורת צבי ספינקא בראשות האד' מתולדות צבי ספינקא האבן די בחורי הישיבה איבערגעגעבן פארן רבי'ן 'דרשה געשאנק' לכבוד די שמחה פון איבער 10 טויזענט שעות רציפות וואס די בחורים האבן געלערנט לכבוד די שמחה.
כ''ק אדמור מתולדות יהודה אויף א באזוך די וואך בבית הגאון רבי חיים הלוי היימליך ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער.
די לויה פונעם יונגער פארפאלק האברך ר' אלי נעדוואד ז"ל וואס האט געדינט אלס מלמד דרדקי אין ת"ת 'אוהל תורה' אין לעקוואד און זיין פרוי ע"ה, וועלכע זענען ל"ע טראגיש אומגעקומען די וואך אין א שרעקליכע עקסידענט אויף דער גארדען סטעיט פארקוועי.
קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:
א הארציגן ברכת מזל טוב פאר החתן יצחק אייזיק המאירי הי"ו מראשי ומייסדי מערכת 'קול בחצרות', לרגל זיין חתונה וואס איז פארגעקומען די וואך בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.
א ברכת מזל טוב פאר הרב לייבל פיזנצבסקי משב”ק האדמו"ר מגור לרגל די חתונה פון בנו החתן בשעה טובה ולמזל טוב, אינעם בילד: האדמו"ר מגור ביים שמחת החתונה.
א ברכת מזל טוב פאר הרב אהרן פריעד מגדולי העסקנים בחצר הקודש בעלזא, לרגל די חתונה פון בנו החתן וואס איז פארגעקומען די וואך אין לאנדאן בשעה טובה ולמזל טוב, אינעם בילד: האד' מבעלזא ביים אנוואונטשן דעם חתן ערב שבת באווארפן.
א ברכת מזל טוב פאר החתן יעקב עפשטיין וואס האט זוכה געוועהן די לעצטע קרוב צו דריי יאהר משמש צו זיין אלס הויז בחור ביי האדמו"ר מסאטמאר, לרגל שמחת נישיאו למזל טוב, אינעם בילד: האדמו"ר מסאטמאר ביים אנוואונטשן די חתן ביים חתונה אין מאנסי.
Comments