top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תַּעֲלֹץ קִרְיָה: אלפי חסידים פייערליך מיטגעלעבט שמחת בית סקווירא – וויזניץ – ראחמיסטריווקא

דאנערשטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ברגשי גיל וחדוה האבן פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע רבי'שע חתונה אין שיכון סקווירא, די צווייטע אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איר אייניקל ביים שוואגער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, דער חתן א זון פון הרב יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, און איידעם ביים רבי'נס זון הרה"צ רבי יצחק שליט"א, מיט די כלה בת הרב שמעון דוב טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מלוויעוו טשערנאביל פארשעי שליט"א און איידעם ביי הגה"צ אב"ד מאקאווא ב"פ זצ"ל.


ארום זעקס אזייגער איז דער גרויסער דאפלטער-עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אריינגעקומען צום קבלת פנים אינעם שאטער הגדול, אינאיינעם מיט'ן חתן און די מחותנים, מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט. מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן דער פעטער הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א. נאכ'ן אנטון די קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן, און דערנאך איז מען אנגעקומען צום מעמד החופה ביים גרויסן פארקינג לאט פונעם ביהמ"ד. מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער סקווערער רבי, עדי קידושין הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא און הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, קריאת הכתובה הגה"צ רבי מאיר שפיץ אב"ד ביסטריץ בארא פארק, ברכות ראשונות מרן אדמו"ר מוויזניץ, ברכה אחריתא האדמו"ר מלויעוו טשערנאביל.


ארום 9 אזייגער איז דער סקווערער רבי אריבערגעפארן צום זאל פון עטרת טשארנא וואו ס'איז פארגעקומען די חתונה פאר די פרויען, און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה אין יחוד שטוב. שפעטער איז דער רבי ערשינען אינעם גרויסן שאטער, לקול צהלה ורנה פון די טויזנטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט די שמחה מיט פייערליכע עקסטאז. ביים זמן מעריב זענען צוגעקומען צום סקווערער רבי'ן צענדליגער פאליטישע ערוועלטע און עסקנים פונעם געגנט און פון ברוקלין אפנעמען די ברכת הקודש.


דערנאך איז געווען מעריב, און דער רבי איז צוריק ערשינען אין שאטער און זיך געוואשן צו די סעודה, דערנאך איז ערשינען די זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע איז אויך ענטפאנגען געווארן בשירה וזמרה. שפעטער איז דער עולם אריבער וואונטשן לחיים פאר די רביים א לענגערע צייט.


במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז געזעצט געווארן נעבן די גרויסע זיידעס און ס'האט זיך עטליכע מאל פארצויגן שיינע שמועסן, און דערנאך איז מען ארויס אין א מחול לצדיקים. אויך האבן זיך אנגעזעהן די פעטערס כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא בארא פארק, וויליאמסבורג, לעיקוואד, אוק-וויין, ספרינג וואלי און בארניב. דער פעטער אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, און האדמורי"ם מוויזניץ מאנסי, באסטאן בארא פארק, סאטינוב, סטרעטין ב"פ, סערט וויזניץ לעיקוואד, הרב חיים לייב דייטש אב"ד חוג חתם סופר פון ארץ ישראל, אב"ד סלאנים מאנסי, אב"ד אור נפתלי פוירל ריווער, אב"ד רודניק לאס אנדזשעלעס, הרב שלום רוקח עלטסטער אייניקל ביים בעלזער רב, הגה"צ רבי הערשל ראטענבערג שליט"א רב חסידי גור אמעריקע בשליחות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, דומ"ץ בעלזא מאנסי, הרב ישכר רובין אב"ד קאזניץ, הרב חיים מאיר האגער בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, אב"ד בראד, אב"ד סאטמאר מאנסי, האדמו"ר מקאלאשין מאנסי, אב"ד מירון, אב"ד ספינקא בית שמש, אב"ד סאדאוונע, הרב ישראל לייפער מווערדאן, אדמו"ר מבאניע, אב"ד נאווימינסק, און נאך.


ארום 11:30 האט מען אויפגערופן די דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א א פעטער מצד החתן, ברכות ראשונות דער זיידע הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א, ברכה אחריתא הגה"צ רבי הערשל שפיץ שליט"א מביסטריץ. דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מצוה-טענץ, צוערשט האט מען אויפגערופן דעם וויזניצער רבי'ן וואס האט נאכגעפאלגט מיט א מחול לצדיקים דורך די צוויי שוואגער'ס האדמורי"ים שליט"א וינעו אמות הסיפין, דערנאך האט מען אויפגערופן דער זיידע דער לויעוו-טשערנאבלער רבי, די פעטער'ס הרבנים לבית משפחת ביסטריץ, און דערנאך דער אבי החתן און אבי הכלה.


דאן האט מען צוגעטרעטן צו די מצוה-טאנץ פונעם זיידן הרה"צ רבי יצחק שליט"א, וואס איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט, ספעציעל ווען ער האט זיך אריינגעלאזט אין א רינג מיט די בחורים אייניקלעך און קינדער אייניקלעך, און מ'האט געקענט טאפן די התרגשות און התעוררות ביים גאנצן ציבור, אויפברענגענדיג זכות אבות און די אבות ואמהות הק' וואס קומען זיך אראפ משתתף זיין, זייענדיג די ערשטע חתונה אן די השתתפות פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת מסקווירא ע"ה.


דאן האט מען אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, א ספעציעלע התרגשות האט באנומען דעם ציבור, זייענדיג מעלה דעם זכות אבות יגן עלינו, ווען עס קומט אראפ מגנזי מרומים זיך משתתף זיין דער גרויסער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, זייענדיג די ערשטע חתונה אינעם רבינס הויף נאכ'ן ארויפגיין על כס האדמורו"ת, וואו עס איז דערמאנט געווארן די המשכת המלוכה - די שיינע הויף וואס די רבי שליט"א האט אוועקגעשטעלט אין מאנסי לתפארת אבותיו הק', די רבי שליט"א האט דערנאך מעריך געווען די ריקודין בשמחה עילאה, בשעת דער ציבור הייבט זיך טפחיים על גבי קרקע.


אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע דער סקווערער רבי שליט"א, זיך ארויסלאזנדיג אין פלאם פייערדיגע טענץ לפני הכלה און דערנאך מיט'ן חתן און די מחותנים. בשעת די מצוה טאנץ האט זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה די געהויבענער גאסט פון ארץ ישראל כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים, און דערנאך מיטגעהאלטן די מצוה טאנץ פונעם זיידן די סקווירא רבי שליט"א. די חתונה איז פארענדיגט געווארן נאנט צו 4 אזייגער פארטאגס און דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר חתן כלה.



bottom of page