top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וחסידים ברנה יגילו: חסידי סקולען פרייען זיך מיט ביי חתונה פון בת כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א

דאנערשטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער

 

טויזנטער חסידי סקולען פון איבער אלע שטעט אין שפיץ פון אלע ברודער האדמור"ים לבית סקולען, האבן זיך פאריגן דאנערשטאג (שלח) מיטגעפריידט מיט די גרויסארטיגע שמחת החתונה בבית כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואס איז פארגעקומען אינעם נייעם ריזן אודיטוריום בבנין בית אסתר ד'סאטמאר מאנסי אויף סאוט מעין סטריט.


עס איז געגאנגן אונטער די חופה די כלה א טאכטער פונעם סקולענער רבי'ן שליט"א וואס איז אן איידעם ביי הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, מיטן חתן פרי עץ חיים בן הגה"צ רבי ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א אב"ד בית ישראל סידערהויסט שליט"א וואס איז א זון פון הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, און אן איידעם ביי הגה"צ אבד"ק פאפא ירושלים שליט"א.


די חתונה הגדולה האט זיך אנגעהויבן מיטן מעמד הקבלת פנים ווי מען האט געזינגען ווארימע סקולענער ניגונים און ניגוני התעוררות, ארום אכט דרייסיג איז מען געגאנגן צום באדעקן. ביים חופה תחת כיפת השמים האט דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א משמיע געווען דברי כיבושין כמנהג אביו הרה"ק מסקולען זצ"ל, ווי דער רבי שליט"א האט ערווענט אז מען געפינט זיך אין א עת רצון, און האט דערביי אויסגעשריגן אויפן קול "שלום עליכם" צו די אלע אבות הקדושים וואס זענען געקומען משמי מעל זיך משתתף זיין בשמחת צאצאיהם, וכדרכו פון אביו הק' האט דער רבי אויסגענוצט דעם געלעגנהייט צו מעורר זיין בדברי מוסר אין עניני צניעות און טעכנעלאגיע, און האט אזוי אויך מזכיר געווען אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מרן ישעי' יעקב בן ריזל לרפו"ש, שיאריך ימים על ממלכתו בבריאות הגוף והנפש און האט דערנאך מסיים געווען בדברי ברכה. דערנאך האט מען אויסגערופן צו סידור קידושין די זיידע הגה"צ אב"ד אולם שליט"א, מיט קריאת הכתיבה איז נתכבד געווארן דער פעטער הגה"צ אב"ד וויטקא שליט"א, צו די ברכות זענען געווארן אויסגערופן די זיידע הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א, די געהונבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מסוקלען שליט"א, און ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אב"ד פאפא ירושלים שליט"א. ביים סוף פונעם חופה האבן די חשובע זיידעס און מחותנים זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים. קורצליך נאכן חופה האט כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ אין יחוד שטיבל אויף א באשיידענעם פארנעם. אין די זעלבע צייט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א געקומען וואונטשן די זיידעס און מחותנים זייענדיג אליינס א מחותן מצד החתן.


תיכף נאכן חופה האט דער ריזן ציבור אנגעהויבן אריינצושטראמען אינען גיגאנטישן אודאטאריום אין בנין בית אסתר ד'סאטמאר וואו עס איז שוין געווען צוגעשטעלט די סעודת החתונה ביד רחבה, ווען צוביסלעך איז דער זאל געווארן איבערגעפילט מלא על כל גדותיו דורך די פילע חסידים ומעריצים וואס זענען געקומען אנטייל נעמען אינעם געהויבענעם שמחה ביים רבי'ן, ארום עלף דרייסיג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען די ריקודין של שמחה, הופעת החתן איז געווען קורצליך דערויף ווען דער גאנצע ציבור זקנים עם נערים בראש פון די אויבנאן זענען געווען איינגעהילט אין א פייערליכן טאנץ בשמחה עילאה, די ריקודין של שמחה זענען אנגעגאנגען א לענגערע צייט ווען אינצווישן האט דער ברייטער ציבור געהאט דעם געלעגנהייט צו וואונטשן מז"ט פאר דעם רבין מיט אלע מחותנים, בשעת די שמחה האבן זיך משתתף געוועהן פילע אדמורי"ים ורבני העיר מאנסי, אויך האט באשיינט די שמחה די געהויבענער פעטער מצד  הכלה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתן און מחותנים.


דער מצוה טאנץ האט זיך ערשט אנגעהויבן שפעט אויפדערנאכט ארום צוויי אזייגער ווי עס האט אויסגעגראמט מיט דברי חרוזין הרב אלעזר קליין שליט"א, וועלכע האט אויסגערופן אלע זיידעס און מחותנים, צום שלוס האט בדחנא דמלכא רבי מנחם שמואל געלב הי"ו אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א מיט ווארימע דברי חרוזים, נאך די גראמען האט דער רבי שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן דעם ציבור און גלייך דערויף איז פארגעקומען די ריקודין של מצוה ווי דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ לקראת הכלה, וינועו אמות הסיפים -  ווען דער גאנצע ציבור אינאיינעם האבן זיך געהויבן אין די לופטן, נאכן טאנצן לפני הכלה האט דער רבי שליט"א אפגעהאלטן א באזונדערע ריקוד מיט די ברודער האדמור"רים לבית סקולען, די חתונה האט זיך געשלאסן  אום זעקס אזייגער צופרי, ווען דער עולם איז זיך צוגאנגען זייענדיג מלא וגדוש מיט הויפענעס שמחה וחדוה.





bottom of page