מוצאי שבת פ' מקץ • כ"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט בלויז געציילטע וואכן פארבליבן צום היסטארישן מעמד 'ירושת אבותי' לטובת פאר די נדיבי לב ותומכי ביהמ"ד הגדול והחדש דשיכון סקווירא, וועלכע וועלן געצייגט ווערן די טייערסטע און חשוב'סטע אוצרות קודש, חפצים און מלבושים וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פארמאגט מירושת אבותיו הקדושים נבג"ם, און פון נאך צדיקי עליון מתלמידי הבעש"ט הק' ותלמידי תלמידיהם זי"ע, קומט אריין די ברעכענדע נייעס אז דער רבי שליט"א וועט צו דעם ערשטמאליגן געלעגנהייט מיטברענגען מיט זיך דעם הייליגן 'ירושה שטעקן' פון זקינו הרה"ק דער טשערנאבילער מגיד זי"ע!
די בשורה ווערט אויפגענימען ביי חסידי סקווירא מיט א באזונדערע התרגשות, נאך א תקופה פון כמעט זיבעציג יאר וואס דער הימלישער שטעקן ליגט באהאלטן אין רבי'נס הויז, זינט אביו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זי"ע האט איר אוועקגעלייגט למשמרת כמוס וחתום בבית גנזיו - האט דער רבי שליט"א באוויליגט אצינד ארויסצונעמען און ווייזן דעם שטעקן פאר די תומכי ובוני הבית כאות הוקרה וחיבה אויף זייער מסירות נפש להמשכת הקמת הבית. זעלטן וואס דער רבי שליט"א האט צוגערירט צו דעם חפץ קודש און אפילו ביים פסח'דיג מאכן די ירושה חפצים, האט דער רבי קיינמאל נישט ארויסגענימען דעם שטעקן מבית גנזיו, אזש אפילו דעם רבי'נס קינדער האבן נאכנישט געזעהן דעם שטעקן ביז היינט. דא האט אבער דער רבי געמאכט אן אויסנאם און מודיע געוועהן אז ער וועט מיטברענגען דעם שטעקן דאס צו ווייזן פאר די יחידי סגולה משתתפי המסיבה וועלכע וועלן זיך אנשליסן מיטן סכום פון $26,000 כדי צו קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הבני' ביים נייעם בנין ביהמ"ד נאכדעם וואס די בוי-ארבעט איז מאמענטאל אפגעשטעלט צוליב די אנגעשטרענגטע מצב הכספי, און עס גייט בנפשו הטהורה פארן רבי'ן שליט"א צו זעהן דעם בית גדול וקדוש על תילו בנויה.
לקראת דעם שבת חנוכה איז ערשינען דורך ועד הקמת הבית א רייכער בראשור ווי עס ווערט געבראכן די דראמאטישע נייעס, מיט מאמרי קודש און סיפורים נפלאים איבער דעם הייליגן שטעקן, וואס איז אריבער דור אחר דור פונעם הייליגן טשערנאבילער מגיד און ביז צום ממשיך השלשלת כ"'ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, באגלייט מיט די ערשטע פרטים פונעם מעמד נורא.
Kommentare