top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וַיֵּצֵא לִקְרָאתוֹ • האד' מסקווירא באזוכט ביי גיסו האד' מוויז'ניץ אנקומענדיג קיין ניו יארק

פרייטאג פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

די סקווירא רבי שליט"א האט ארויסגעשיקט א חשובע דעלעגאציע מקבל פנים צו זיין דעם חשובן גאסט, אין שפיץ פונעם משלחת האט די רבי שליט"א געשיקט בנו בכורו הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א, בנו הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, העסקן הרב שלום בער פישל הי"ו און הרבני הנגיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו מראשי הקהילה.


ביים באזוך איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס ווי די וויזניצער רבי האט ארויפגעברענגט פון זיינע זכרונות אלס בחור ווען ער האט געלערנט אין סקווירא שטעטל, די שיינע שבתים וואס ליגט נאך און זיכרון און זיין געוואלדיגע תשוקה שוין לאנגע יאהרן צוריק צו קומען אויף א שבת אין סקווירא. די סקווירא רבי האט דערציילט איבער די שיינע גריסן וואס ער האט צוריק געהערט פון די חתונה אינעם וויז'ניצער הויף מיט עטליכע וואכן צוריק, דערנאך האט די וויזניצער רבי מכבד געווען דעם שוואגער מיט פירות, און די רבי'ס האבן זיך איינגעשפארט ביחידות פאר קרוב צו א דריי א פערטל שעה, נאכן באזוך האט דער וויז'ניצער רבי ארויסבאגלייט דעם סקווירא רבי'ן שליט"א ביזן קאר, ונפרדו לשלום ברוב ברכות.



Comments


bottom of page