דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין חצר הקודש סלונים וועבט זיך גאר ערנסטע און פאקטישע פלענער אויף א מאסיווע בוי-פראיעקט גענצליך איבערצבויען און דראסטיש פארדאפלען דעם יעצטיגן ביהמ"ד הגדול אין ירושלים.
דער גרויסער סלונימער ביהמ"ד איז קווארטירט אינעם מאה שערים געגנט, און איז א תל תלפיות פאר טויזנטער חסידי סלונים וואס קומען זיך מסתופף זיין בצלא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, און מיט'ן וואוקס פונעם ציבור שטייגט נאכאנאנד דער צורך פון הרחבת הגבולים, ווען אויב האט ביז עטליכע יאר צוריק זיך באוויזן דער געדרענג ביי די ימים טובים און שיינע שבתים און מאורעות בחצר הקודש, איז שוין די לעצטע תקופה געקומען צו א מצב ווען מדי שבת בשבתו איז דער ביהמ"ד צר מהכיל, און מ'מוטשעט זיך שטארק צו קענען מיטהאלטן די הייליגע תפילות און טישן מיט א הרחבת הדעת.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז דעם רבי'נס יונגסטער זון, בנו חביבו הרה"צ רבי מרדכי בארזאווסקי ארויסגעפארן קיין אמעריקע און מ'איז געזיצן אן אסיפה מיט עטליכע גרויסע פילאנטראפן לבית סלונים, וועלכע האבן זיך מאביליזירט מיט א ווארעמע אנטשלאסנקייט צו זיין די ראשי נדיבים בעם וואס וועלן העלפן צושטאנד ברענגען א גלאררייכע אונטערנעמונג צו דראמאטיש פארדאפלען און פארוואנדלען דעם בנין ביהמ"ד אלס מבצר גדול וקדוש און מרכז עולמי דחסידי סלונים לשם ולתפארת.
צוריקקומענדיג קיין ארץ ישראל האט רבי מרדכי פארגעלייגט די בשורה טובה פאר'ן טאטן דער סלונימער רבי, וועלכער האט געגעבן די פקודת הקודש צו גיין ווייטער מיט די פלענער, ויעבור הרנה במחנה, ביים גאנצן ציבור קהל עדת סלונים, וועלכע פאלגן נאך מיט עקסטאז דעם גיגאנטישן פראיעקט.
אלס וויכטיגע פאזע אין פארווירקליכן דעם פלאן מכח אל הפועל, איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן א זיצונג אין שטוב פון רבי מרדכי, וואו ס'איז אנוועזנד געווען זיין עלטערער ברודער, הרה"צ רבי משה בארזאווסקי ראש ישיבת סלונים, אינאיינעם מיט בארימטע ארכיטעקטן און עסקני הקהלה, און באזונדער האט דער רבי געשיקט א שליח, נכדו חביבו ויד ימינו הרב יעקב יצחק ווייסבלום, איבערצוגעבן דעם רבי'נס ברכת הקודש, און שפעטער האט ער צוריקגעברענגט די אלע דעטאלן פונעם פראיעקט, וואס שטעלט פאר א גראנדיעזע אונטערנעמונג סותר צו זיין על מנת לבנות, אראפצואווארפן דעם יעצטיגן עקזיסטירנדן בנין, און דערויף פון פריש ארויפציען א מאיעסטעטישע בנין, וואס וועט זיין אויסגעשפרייט סיי אויפ'ן שטח הביהמ"ד פון יעצט, און סיי אויף א דערנעבענדן שטח וואו ס'איז יעצט דא א דירות געביידע, וואס וועט אויך אראפגעווארפן ווערן, און אינאיינעם וועט דאס פארמירן א בנין אדיר ומפואר, הוד והדר בבית אלקינו.
Comments