מוצאי שבת פ' שמות • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א גייסט פון התרגשות און התחדשות האבן חסידי תולדות אברהם יצחק אין רמה ד' בית שמש אויפגענימען די בשורה טובה ומרנינה אז רבם ומאורם כ''ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א האט אויפגענימען בנו יקירו וחביבו הגה''צ רבי יואל קאהן שליט"א צו דינען אלס דער איש על העדה אין רב דקהל תולדות אברהם יצחק קהילה אין די נייע בליענדע יישוב רמה ד' אין בית שמש.
דער ק"ק תולדות אברהם יצחק אינעם עיר גדולה לאלוקים בית שמש איז אין די לעצטערע יאהרן פארוואנדעלט געווארן אלס א קהילה נאה וחסודה לשם ולתפארת, בפרט אין די לעצטע תקופה מיט די בליענדע וואוקס פון די קהילה אינעם נייעם חרדישן יישוב רמה ד' וואס ציילט שוין היינט אריבער זעכציג היימישע משפחות חסידי תולדות אברהם יצחק בליעה"ר.
הרה"צ ר' יואל שליט"א איז די פערדע זוהן פון רבי'ן שליט"א און א איידעם ביי הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער חבר הבד"ץ, די לעצטע תקופה שטייט ער אין שפיץ פון אלע אקיוויטעטן לרומם קרן הקהילה. דעם שבת האט ער געוויילט אויף א שבת התוועדות בקרב הקהילה און ביים מלוה מלכה בצאת השבת איז געקומען די איבערראשנדע מעמד התמנות ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט דורך א טעלעפאנישע הוקאפ מודיע געוועהן רצון קדשו אז בנו יקירו וחביבו הרה''צ רבי יואל שליט"א זאל אויפגענומען ווערן אלס רב אין די קהילה ועל פיו ישק כל דבר. דער רבי האט מסיים געוועהן בברכת קדשו אז דער נייע רב זאל האבן דעם סייעתא דשמיא צו פירן די קהלה על מי מנוחות, וזכות אבותיו מסייעתו צו קענען אריינשיינען אין אידישע הערצער אין דעם קהילה נאה וחסודה.
דער בשורה מרנינה איז אויפגענומען געווארן ברגשי שמחה וחדוה און איז געווארן די געשפרעך פון טאג ביי חסידי תולדות אברהם יצחק אומעטום, הרה''צ רבי יואל שליט"א וועט זיך אין די נאנטע חדשים אריבערציען און זיך באזעצן אין רמה ד' אנצופירן די עדה אלס דער רוח החיים אין די קהילה.
Comments