מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
א שטיק נאסטאלגיע און בענקשאפט נאכ'ן אמאל בהלו נר הרה"ק מסאטמאר זי"ע, האט זיך ערוועקט דעם פארלאפענעם זאת חנוכה בביתו נאוה קודש אויף די בעיקערטאון גאס אין קרית יואל, וואו אויף אן ערשטמאליגן פארנעם האבן זיך דארט פאראייניגט א קבוצה נכבדה פון זעכצן ישישי ונכבדי חסידי סאטמאר, וועלכע האבן זוכה געווען לשמש בקודש פנימה אלס 'הויז-בחור'.
דער באזוך איז צוגעשטעלט געווארן דורך הנהלת מוסדות יטב לב בירושלים, לכבודו פונעם לעגענדארן פילאנטראפ און שר הצדקה והחסד, הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו, וועלכער האט ביי זיינ'ס א לעצטיגן באזוך אין ארץ ישראל, אפגעהאלטן א גייסטרייכע ביקור אין די בניני מוסדות יטב לב, און דערביי בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סומע פון "צוויי מיליאן דאלאר", איז אצינד לאות הוקרה פרעזענטירט געווארן לכבודו דער נאסטאלגישער באזוך און שילדערונגען דורך די כלים ראשונים, וועלכע האבן זוכה געווען ליצוק מים על ידו און משמש זיין דעם הייליגן סאטמאר רבי'ן זי"ע, א גרויס טייל פון זיי טאקע באותו מקום קדוש, ווען דער סאטמארער רבי זי"ע האט אין זיינע לעצטע יארן עלי אדמות אפגעראכטן זיין הייליגע עבודה בביתו נאוה קודש אין קרית יואל, און דארט אויפגענומען טויזנטער אידן לישועה ולברכה.
עס האבן זיך באטייליגט די פאלגנדע הויז בחורים און משמשים בקודש פון אלע יארן. בראש וראשון דער זיידע פונעם נגיד ר' יואל, הרה"ח הישיש ר' חיים יחזקאל שטיין, הרה"ח הישיש ר' נפתלי לעבאוויטש תורה-שרייבער ביים רבי'ן זי"ע, הרה"ח הישיש ר' הערש אלימלך ווערצבערגער מנכבדי ופארי ק"ק סאטמאר מאנסי, הרה"ח הישיש ר' חיים הערש ליימזידער, ר' ישראל יודא באנדא, ר' מאיר דייטש, ר' מאיר שניצלער, ר' משה (יעקלס) שווארטץ, ר' זלמן לייב וואלדמאן, ר' משה גפן, ר' יעקב ברוך טירנויער, ר' משה אלי פאלאטשעק, ר' ברוך מרדכי אקערמאן, ר' יושע בן ר' עזריאל גליק משב"ק, און ר' משה פריעדמאן פון קרית יואל.
ביים באזוך האט זיך אויך באטייליגט הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און הרה"ג ר' יוסף דוב לאנדא שליט"א אב"ד זלאטשוב קרית יואל, פאטער פונעם נדיב. ווי אויך זענען דערביי אנוועזנד געווען די מזכי הרבים, די בארימטע כותבים און שרייבער וועלכע געבן זיך אפ מיט'ן פארשפרייטן תורת הרה"ק מסאטמאר, און מברר זיין מקחו של צדיק, הרה"ח ר' יודא לייב וויינשטאק יו"ר מכון "לשון קדשו", און הרה"ח כתבא רבא ר' שמואל ראזענבערג יו"ר מכון "באילנא דחיי".
מ'האט געהערט פאסיגע איינלייטונג רייד דורך הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד חבר הנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, און דערנאך האט זיך פארמירט א גאר באלערנדע שמועס צווישן די משמשים בקודש, וועלכע האבן מיטגעטיילט מאוצרותם הותיק א שלל פון ערשטהאנטיגע עובדות און סיפורים וואס זיי האבן פערזענליך בייגעוואוינט.
Comments